Vi arbetar för ett samhälle
fritt från diskriminering.

אנווייזונגען און שטיצע פון אנדערע איינהייטן

Vägledning från andra aktörer

 אויב איר זענט געווען דער וויקטים פון דיסקרימינאציע, קענט איר זיך אויך ווענדן צו אן אנטי-דיסקרימינאציע אגענטור אדער א האנדל פארבאנד. איר קענט אויך גיין דירעקט אין געריכט. די פאלגנדע איז א קורצע שילדערונג פון די מיטלען

אנטי-דיסקרימינאציע אגענטורן

עס זענען פארהאן 18 ארטיגע אנטי-דיסקרימינאציע אגענטורן (ADB) אין פארשידענע טיילן פון שוועדן. דער אנטי-דיסקרימינאציע אגענטורן זענען פרייוויליגע און זעלבסטשטענדיגע ארגאניזאציעס וואס קענען העלפן מיט פעלער וועלכע ענטהאלטן דיסקרימינאציע און שטעלן צו אומזיסטע לעגאלע הילף אין פארשידענע ענינים.

ADB שוועדן External link.

האנדל פארבאנדן

אויב איר זענט א מיטגליד פון א האנדל פארבאנד און האט מיטגעמאכט דיסקרימינאציע ביים ארבעט, זאלט איר זיך ערשט פארבינדן מיט אייער האנדל פארבאנד. דער פארבאנד קען רעפרעזענטירן זיינע מיטגלידער אין דיסקרימינאציע קעיסעס און אין קעיסעס וועלכע ענטהאלטן געלייגט ווערן אין א חסרון צוליב פארענטאל אפוועזנהייט. זיי קענען אויך צושטעלן עצות און שטיצע.

אנצוהויבן א געריכט קעיס

איר קענט אויך פארלאנגען אן איינלאדענונג פונעם דיסטריקט געריכט. דאס הייסט ברענגען א שריט און ענטהאלט בעטן די געריכט צו באשטימען אויב עס איז געווען דיסקרימינאציע אדער נישט. דא איז די וואס איר זאלט אדער קענט זיך פארבינדן מיט אויב איר גייט ברענגען א שריט.

אינפארמאציע וועגן געריכטן און ברענגען א שריט

אינפארמאציע אויף וויאזוי צו אנהויבן א שריט אין געריכט און וואס עס קאסט קען געפינען ווערן אויפ'ן שוועדישע געריכט סיסטעם וועבסייט. אדוואקאט פירמעס קענען אויך צושטעלן אינפארמאציע אויף וואס איז גילטיג.

שוועדישע געריכט סיסטעם External link.

אדוואקאט פירמעס

אויב איר ווילט דאס הילף פון אן אדוואקאט מיט אייער קעיס אין געריכט, פארבינדט אייך מיט א אדוואקאט פירמע. עס זענען דא צוויי הויפט סארטן (juristfirma און advokatbyrå). איר וועט געפינען אינפארמאציע וועגן פארשידענע אדוואקאטן אויף שוועדישע באר אסאסיאציע'ס וועבסייט.

טרעפט אן אדוואקאט אויפ'ן שוועדישע באר אסאסיאציע'ס וועבסייט External link.

פינאנציעלע הילף

אויב איר דארפט פינאנציעלע הילף אין דינגען אן אדוואקאט קען דער געזעצליכע באשיצונג בענעפיט אין אייער היים אינשורענס אדער דער שטאטישע לעגאלע געהילף באפולמעכטיגונג טייל מאל צושטעלן שטיצע. פער מער אינפארמאציע, קענט איר זיך פארבינדן מיט אייער אינשורענס פירמע, די לעגאלע געהילף באפולמעכטיגונג אדער ביידע.

דער לעגאלע געהילף באפולמעכטיגונג External link.

Sidinformation

Senast uppdaterad: 23 augusti 2022