וואס טוט דאס דיסקרימינאציע אמבאדסמאן (DO)?
(Vad gör DO?)
(DO) ארבעט צו דערגרייכן א מענטשהייט פריי פון דיסקרימינאציע. דאס ציל פון אונזער ארבעט איז א מענטשהייט וואו מענטשן'ס אייניגע רעכטן און געלעגנהייטן זענען רעספעקטירט - אפגעזען פון מין, טראנסדזשענדער אידענטיטעט און דזשענדער עקספרעשין, עטניסיטי, רעליגיע אדער אנדערע גלויבן, דיסאביליטי, געשלעכטליכע אויסשטעל אדער עלטער. צו דערגרייכן אונזער ציל , פארשן מיר אויס פארדעכטיגטע פארלעצונגען פון די דיסקרימינאציע אקט. מיר קוקן אויך איבער די ציל-געצילטע ארבעט פון ארבעטסגעבערס און עדיוקעישאן פראוויידערס צו שטיצן אייניגע רעכטן און געלעגנהייטן און זיך שלאגן מיט דיסקרימינאציע.
.1 מיר פאלגן נאך צו העכערן אויספאלג מיט'ן געזעץ
מיר באקומען אומגעפער 2,000 קלאגעס א יאר און בערך 200 פון זיי פירן צו אן אויספארשונג. נאכפאלגן מיינט אז מיר פארשן אויס צו אויסגעפונען אויב דער סאביעקט פון קלאגעס פאלגט אויס די דיסקרימינאציע אקט. ביישפילן פון איינהייטן אויסגעשטעלט צו נאכפאלג ענטהאלט ארבעטסגעבערס, מוניסיפאליטעטן, געשעפטן אדער שפיטעלער.
מיר קענע אויך אויספירן נאכפאלג דורך איבערקוקן די ציל-געצילטע ארבעט פון ארבעטסגעבערס און טרעינירונג פראוויידערס צו שטיצן אייניגע רעכטן און געלעגנהייטן און צו פארמיידן און אפהאלטן דיסקרימינאציע.
ווי ווערט נאכפאלג אויסגעפירט?
מיר הויבן אן נאכפאלגן ווען מיר ווערן געמאלדן אז עס איז פארהאן דיסקרימינאציע אדער ריזיקע פון דיסקרימינאציע אין א געוויסע אקטיוויטעט. אפט מאל באקומען מיר אינפארמאציע דורך א קלאגע פון איינער וואס פילט דיסקרימינירט.
אנצוהויבן , פארבינדן מיר זיך מיט'ן מענטש וואס איז פאראנטווארטליך פאר דער איינהייט צו פרעגן פראגעס איבער א געוויסע אינצידענט. מיר קענען אויך פרעגן פראגעס וועגן א פאליסי אדער וועג פון ארבעט וואס מיר גלויבן קען פירן צו דיסקרימינאציע.
ביישפילן פון וואס מיר קענען אונטערזוכן זענען
- ·האוזינג פירמעס וואס פאדערן א פערמענאנט וואוינארט פערמיט, וויבאלד דאס קען פאראורזאכן דיסקרימינאציע קעגן וואוינארט זוכערס
- ·אן ארבעטסגעבער וואס נעמט נאר אויף פרויען דורכאויס א געוויסע צייט אפשניט
- א שפיטאל וואס האט נישט פארגעשלאגן צייכן שפראך דאלמעטשונג פאר א פאציענט מיט א הער-קראפט באגרעניצונג.
אונזער נאכפאלג פירט צו באשלוסן
אונזער נאכפאלגן ענדיגט זיך מיט א באשלוס וואס איז געצילט אויפ'ן איינהייט וועלכע מיר פאלגן נאך, אזויווי א האוזינג פירמע, ארבעטסגעבער אדער שפיטאל. אין דעם באשלוס , זאגן מיר אייך אויב מיר האלטן אז זיי האבן זיך אויפגעפירט אין איינקלאנג מיט'ן געזעץ אדער נישט. מיר קענען דאן רעקאמענדירן וועלכע שריט זיי זאלן נעמען צו פארמיידן דיסקרימינאציע אינעם צוקומפט. אונזער באשלוסן זענען נישט געזעצליך בינדנד, אבער זיי קענען נאך אלס פירן אז אן איינהייט זאל ענדערן א דיקרימינאטארי געזעץ אדער אריינלייגן אין קראפט א נייע וועג פון ארבעטן צו גיין קעגן דיסקרימינאציע.
אלס טייל פון אונזער נאכפאלגן פונקציע, נעמען מיר אויך א קליינע צאל קעיסעס פער יאר אין געריכט (אומגעפער 1 פערצענט פון אלע קלאגעס). די קעיסעס ווערן דאן איבערגעגעבן פאר'ן DO'ס אדוואקאטן און זענען באשטימט דורך דער געריכט.
2. מיר אנטוויקלען וויסנשאפט פאר שטיצע און באאיינפלוס
מיר אנטוויקלען וויסנשאפט פון דיסקרימינאציע דורך איבערקוקן און צאמשטעלן סטאטיסטיקס אויפ'ן קלאגעס וואס קומען צו אונז, דורך פארשונג און געשפרעכן מיט ציווילע מענטשהייט איינהייטן. באזירט אויף די וויסנשאפט אלס א באזיס, גיבן מיר ארויס און אנטוויקלען פארשידענע מיטלען צו שטיצן די ארבעט פון פארשפרייטן אייניגע רעכטן און געלעגנהייטן און זיך שלאגן קעגן דיסקרימינאציע.
דאס קען אריינרעכענען
- ארויסגעבן אנאליסן און באריכטן צו אינפארמירן און באאיינפלוסן באשלוס-מאכערס
- אנטוויקלען מיטלען צו שטיצן די ארבעט פאר אייניגע רעכטן און געלעגנהייטן דורך ארבעטסגעבערס
- · לערנען און אינפארמירן צו העכערן די מעגליכקייט פון פארשידענע מיטלען צו ארבעטן קעגן, און דערשפירן ריזיקעס פון, דיסקרימינאציע
- פארשלאגן ענדערונגען אין געזעצן צום רעגירונג
- · מיטארבעטן מיט אנדערע באפולמעכטיגונגען צו אריינלייגן קראנטע מאסנאמען אין קראפט.