Vi arbetar för ett samhälle
fritt från diskriminering.

וואס איז דיסקרימינאציע?

Vad är diskriminering?

דיסקרימינאציע מיינט אז איר ווערט באהאנדלט ווייניגער גוט אין פארגלייך צו א צווייטן. אין שוועדן, איז דא א דיסקרימינאציע געזעץ וואס פארבאט קעגן דיסקרימינאציע. אבער נישט אלע נישט יושר'דיגע באהאנדלונג איז דיסקרימינאציע לויט'ן מיינונג פונעם געזעץ.

אין איינפאכע ווערטער, קען מען זאגן אז דער געזעצליכע טייטש פון דיסקרימינאציע ענטהאלט פיר באדינגונגען. פאר אן אינצידענט צו הייסן דיסקרימאנטארי, מוזן אלע פיר באדינגונגען ווערן נאכגעקומען.

  1. עס מוז ענטהאלטן אן אינצידענט אדער געשעעניש וואס לייגט א מענטש אין א חסרון אדער פארלעצט א מענטש'ס כבוד.
  2. דער חסרון אדער פארלעצונג פון כבוד מוז זיין אין פארבינדונג מיט איינס אדער מער פון די זיבן אורזאכן פון דיסקרימינאציע (צום ביישפיל מין אדער עלטער).
  3. דער אינצידענט מוז ענטהאלטן איינע פון די זעקס פארעמס פון דיסקרימינאציע וועלכע זענען אויסגערעכנט אין דעם אקט (צום ביישפיל דירעקטע דיסקרימינאציע אדער האראסמענט).
  4. דער אינצידענט מוז האבן פאסירט דערין איינע פון די געגנטער פון מענטשהייט צו וואו די אקט איז גילטיג (צום ביישפיל ארבעט לעבן אדער די האוזינג מארקעט).


אפילו אויב עס קומט נאך אלע באדינגונגען, איז נישט זיכער אז עס וועט אנגענומען ווערן אלס דיסקרימינאטארי. אין געוויסע פעלער, מוזן אנדערע לעגיסלאציע אריינגענומען ווערן אין באטראכט אפצושאצן אויב דיסקרימינאציע איז פארגעקומען. צום ביישפיל, אויב א מענטש וואס איז אונטער 18 איז אנטזאגט אלקאהאל געטראנקען אין א רעסטאראנט, איז עס נישט באטראכט אלס עלטער דיסקרימינאציע וויבאלד עס איז דא נאך א געזעץ, דער אלקאהאל אקט, וואס פארבאט רעסטאראנטן פון פארקויפן אלקאהאל צו מענטשן אונטער 18. עס קען אויך זיין נאך פאקטארן וואס רעזולטירן אין אן אינצידענט נישט ווערן באטראכט אלס דיסקרימינאטארי. אן אינדיווידועלע אפשאצונג מוז ווערן געמאכט אין יעדע פאל.

1. דער אינצידענט מוז באליידיגן אדער לייגן א מענטש אין א חסרון

(Det ska handla om en händelse som missgynnar eller kränker en person)

זיין אין א חסרון מיינט אז דער מענטש איז אין אן ערגערע פלאץ אדער פארלירט א פארבעסערונג, א בענעפיט אדער א סערוויס. עס קען מיינען נישט גערופן ווערן צו א דזשאב אינטערוויו, נישט ווערן אנגענומען צו עדיוקעישאן, נישט זיין ערלויבט צו איינקויפן, אדער עסן ביי א רעסטאראנט אדער דינגען א קאר אדער הויז.

En person står ensam bredvid en grupp med människor, illustration.

2. דער חסרון אדער באליידיגונג מוז זיין פארבינדן מיט איינס אדער מער פון די זיבן דיסקרימינאציע אורזאכן

(Missgynnandet eller kränkningen ska ha samband med en eller flera av de sju diskrimineringsgrunderna)

כדי אן אינצידענט זאל קענען גערעכנט ווערן אלס דיסקרימינאטארי, מוז עס אויך זיין פארבינדן מיט איינס אדער מער פון די ארוזאכן פאר דיסקרימינאציע. עס זענען פארהאן זיבן אורזאכן פאר דיסקרימינאציע לויט'ן געזעץ. דא קענט איר ליינען מער דערוועגן און וואס זיי מיינען.

En man lägger handen på en kvinnas axel och bredvid syns olika exempel på diskrimineringsformer, illustration.

סעקס

דער באגריף פון סעקס מיינט אז א מענטש איז א מאן אדער א פרוי. די פארבאט אנטקעגן סעקס דיסקרימינאציע דעקט אויך מענטשן וואס פלאנען צו טוישן אדער האבן געטוישט זייער מין.

טראנסדזשענדער אידענטיטעט אדער עקספרעשין

טראנסדזשענדער אידענטיטעט אדער עקספרעשין מיינט אז א מענטש טוט זיך נישט זעלבסט-דעפינירן אלס א מאן אדער פרוי אדער אז א מענטש, אויף זייער קליידונג (אדער אנדערשווייז), ווייזט אז מען איז פון אנדערן סעקס.

עטנישע פארבינדונג

עטנישע פארבינדונג מיינט א מענטש'ס נאציאנאלע אדער עטנישע אפשטאם, קאליר הויט, אדג.

רעליגיע אדער גלויבן

הינדואיסם, אידישקייט, קריסטליכקייט, און איסלאם זענען ביישפילן פון רעליגיעס. אנדערע גלויבן זענען די גלויבן וועלכע באזירט אויף אדער פארבינדן מיט א רעליגיעזע גלויבונג, אזויווי בודיסם, עיטיאיסם, און אגנאסטיסיסם. דאס רעכנט נישט אריין פאליטישע אדער פילאזאפישע גלויבן.

דיסאביליטי

פונקציאנעל באגרעניצונג וועלכע ענטהאלט א פארמינערונג אין א מענטש'ס פיזישע, גייסטישע, אדער אינטעלעקטועל מעגליכקייט.

געשלעכטליכע אויסשטעל

דער געזעץ דעפינירט סעקסיול אריאנטאציע אלס האומאסעקסיול, העטעראסעקסיול אדער בייסעקסיול אריענטאציע.

עלטער

עלטער מיינט דער לענג פון צייט וואס מען לעבט. אלע מענטשן, אפגעזען פון עלטער, זענען געדעקט אונטער די געזעץ'ס שיץ קעגן דיסקרימינאציע.

3 דער אינצידענט ענטהאלט איינע פון די זעקס פארעמס פון דיסקרימינאציע וועלכע זענען אויסגערעכנט אין דער געזעץ

(Händelsen ska handla om någon av de sex formerna av diskriminering som finns i lagen)


לויט'ן געזעץ, איז דא זעקס פארעמס פון דיסקרימינאציע:

  • דירעקטע דיסקרימינאציע
  • אומדירעקטע דיסקרימינאציע
  • נישט גענוג צוטריט
  • האראסמענט
  • געשלעכטליכע האראסמענט
  • באפעלן צו דיסקרימינאטירן.


דירעקטע דיסקרימינאציע

(Direkt diskriminering)

דירעקטע דיסקרימינאציע מיינט באהאנדלען א מענטש ערגער ווי א צווייטן אין א פארגלייכליכע אומשטאנד, און דאס איז פארבינדן מיט סיי וועלכע פון די אורזאכן פאר דיסקרימינאציע. צום ביישפיל:

  • אן ארבעטסגעבער הערט אז א אפליקאנט פאר אן ארבעט האט א נאמען וואס הערט זיךפרעמד און וועלט דעריבער וועלט ער אויס אים נישט צו רופן פאר אן אינטערוויו.
  • א רעסטאראנט לאזט נישט אריין א מענטש און דאס איז פארבינדן צו דער מענטש'ס פארמאגן א דיסאביליטי וואס אפעקטירט זיין רעדן און באוועגונג.
  • א באנק ערלויבט נישט א מענטש נעמען א לאון ווייל דער מענטש איז צו אלט.

אומדירעקטע דיסקרימינאציע

(Indirekt diskriminering)

אומדירעקטע דיסקרימינאציע איז ווען א כלל וואס זעט אויס נייטראל לייגט מענטשן אין א חסרון און דאס איז פארבינדן מיט איינע פון די אורזאכן פון דיסקרימינאציע. צום ביישפיל:

  • א האוזינג פירמע פאדערט א פערמענאנט וואוינונג פערמיט, לייגנדיג מענטשן מיט אן עטנישע פארבינדונג אויסער שוועדיש אין א חסרון.
  • אן ארבעטסגעבער אן א סיבה פאדערט א דרייווער'ס לייסענס, לייגנדיג מענטשן מיט דיסאביליטיס אין א חסרון.
  • אן ארבעטסגעבער פאדערט א מינימום הויכקייט, לייגנדיג פרויען אין א חסרון.

נישט גענוג צוטריט

(Bristande tillgänglighet)

נישט גענוג צוטריט פאסירט ווען אן איינהייט פארפעלט אריינצולייגן אין קראפט לאגישע מאסנאמען צו ערמעגליכן א מענטש מיט דיסאביליטיס אנטייל צו נעמען.

אויב א מאסנאמע ווערט גערעכנט לאגיש ווענדט זיך אין אויב דער איינהייט קען פראקטיש אדער לאגיש אריינלייגן דער מאסנאמע אין קראפט. די באשטימונג נעמט אויך אין באטראכט אויב עס איז פאר א קורצע צייט, אזויווי א באזוך צו א געשעפט, אדער א לענגערע פארבינדונג, אזויווי אן ארבעטסגעבער אדער לאנגע עדיוקעישאן.

ביישפיל פון לאגישע מאסנאמען זענען אז

  • א רעסטאראנט ליינט הויך דער מעניו פאר א מענטש מיט א זע-קראפט באגרעניצונג
  • א באנק שטעלט צו באנקינג סערוויסעס, צום ביישפיל דורך פערזענליכע באזוך, דורך אימעיל אדער דורכ'ן טעלעפאן
  • א שפיטאל שטעלט צו אינפארמאציע סיי מינדליך און שריפטליך.

עס איז אויך דא א צאל געזעצן וואס אפעקטירן צוטריט פאר מענטשן מיט דיסאביליטיס, (צום ביישפיל, דער ארבעט ענווייראנמענט אקט). אויב אן ארגאניזאציע האט נישט גענוג צוטריט לויט סיי וועלכע פון די געזעצן, קען עס אויך גערעכנט ווערן אלס דיסקרימינאציע און דעריבער באריכטערט צום DO.

אויב מאסנאמען הייסן לאגיש איז איבערגעקוקט אין יעדע אינדיווידועלע פאל.

ליינט מער וועגן נישט גענוג צוטריט אין אונזער פאקט בלאט)(aktablad)

האראסמענט און געשלעכטליכע האראסמענט

(trakasserier och sexuella trakasserier)

האראסמענט איז אן אקט וואס פארלעצט איינעם'ס כבוד און איז פארבינדן מיט איינס אדער מער פון די זיבן אורזאכן פון דיסקרימינאציע. עס קען זיין זאכן געזאגט, געוויזן מיט די הענט אדער אויסלאז.. ביישפילן פון האראסמענט קען זיין א לערער וואס מאכט חוזק פון א סטודענט ווייל זי טראגט א שאל אויפ'ן קאפ אדער אן אדמיניסטראטער ביי אן עמפלוימענט סערוויס וואס מאכט חוזק פון א מענטש ווייל ער איז געי.

סעקסיול האראסמענט מיינט אן אויפירונג וואס איז גערעכנט אומבאוויליגט ביי דער מענטש וואס איז אויסגעשטעלט דערצו. עס קען זיין, צום ביישפיל, אז איינער שלאגט, געבט נישט געוואונטשענע קאמפלימענטן, איינליידענונגען אדער רמזים. דער מענטש וואס ווערט האראס'ט באשטימט וואס הייסט באליידיגונג ווערטער. געוויסע מאל איז פארשטענדליך אז דער האראסער דארף פארשטיין אז עס וועט באליידיגן. אבער עס איז וויכטיג אז איר וואס ווערט האראס'ט מאכט עס קלאר צו דער מענטש וואס האראס'ט אייך אז די אויפפירונג איז נישט ערווארטעט און אז עס מוז זיך אפשטעלן.


En man lägger handen på en kvinnas axel och bredvid syns olika exempel på diskrimineringsformer, illustration.


באפעלן צו דיסקרימינאטירן

באפעלן צו דיסקרימינאטירן מיינט באפעלן אדער אנזאגן א מענטש וואס איז אונטער אייך, אזויווי אן ארבעטער, צו דיסקרימינאטירן קעגן אנדערע. צום ביישפיל, א רעסטאראנט אייגנטומער זאגן פאר'ן שטאב נישט צו סערווירן א מאן וואס טראגט א קלייד אדער א מענעדזשער וואס זאגט פאר'ן HR דעפארטמענט נישט צו אויפנעמען פאר ארבעט מענטשן פון א געוויסע עלטער.

פארבאט פון נקמה
(Repressalier är förbjudet)

סיי ווער וואס האט באריכטערט דיסקרימינאציע איז געזעצליך באשיצט קעגן ווערן באשטראפט אלס נקמה. אן ארבעטסגעבער, צום ביישפיל, קען נישט ארויפלייגן מער ארבעט אויף א מענטש וואס באריכט דיסקרימינאציע. דער פארבאט קעגן נקמה איז אויך גילטיג ווען איינער נעמט אנטייל אין אן אויספארשונג אונטער די דיסקרימינאציע אקט. דאס איז אויך גילטיג ווען איינער האט גערעדט נישט פאסיג אדער זיך אונטערגעבויגן צו האראסמענט אדער געשלעכטליכע האראסמענט.

4. דער אינצידענט מוז האבן פאסירט דערין איינע פון די געגנטער פון מענטשהייט צו וואו די אקט איז גילטיג

(Händelsen ska ha ägt rum inom något av de samhällsområden där lagen gäller)

En kvinna spelar tennis framför en stadsbild, illustration.

די פארבאט קעגן דיסקרימינאציע איז גילטיג אין די פאלגנדע געגנטער פון מענטשהייט:

ארבעט לעבן: פאר ארבעטערס, מענטשן וואס זוכן ארבעט, אינטערנס אדער מענטשן וואס זוכן אינטערנשיפס אדער קאנטראקטעד ארבעטערס ביי אן ארבעטספלאץ

עדיוקעישאן: פאר קינדער, שילערס, סטודענטן אדער אפליקאנטס צו אן עדיוקעישאנעל פראגראם

ארבעט מארקעט פאליסי אקטיוויטעטן און עמפלוימענט סערוויסעס נישט אונטער פאבליק קאנטראקט: פאר די וואס זוכן ארבעט אדער די געשיקט צום עמפלוימענט סערוויס

עפענען אדער פירן א ביזנעס: פאר מענטשן וואס עפענען אדער פירן א ביזנעס וואס זוכן פינאנציעלע שטיצע

פראפאעסיאנאלע קוואליפיקאציעס: פאר מענטשן וואס גיבן זיך איין פאר קוואליפיקאציע, סערטיפיקאציע אדער ענליכע באשטעטיגונג פאר די אויספירונג פון געוויסע פראפעשינס (אזויווי דאקטוירים אדער באפולמעכטיגטע דאלמעטשער)

מעמבערשיפ אין געוויסע ארגאניזאציעס: פאר די וואס גיבן זיך איין פאר מעמבערשיפ אדער אנטיילנעמונג אין האנדל פארבאנדן, ארבעטסגעבערס' אסאסיאציעס און פראפעסיאנאלע ארגאניזאציעס, אדער די וואס ווילן בענעפיטן געגעבן ביי אן ארגאניזאציע

זאכן, סערוויסעס און האוזינג: פאר די וואס קויפן, גייען צו א רעסטאראנט אדער זוכן פאר האוזינג, צום ביישפיל

פאבליק זיצונגען אדער אווענטס: פאר די וואס גייען צו קאנצערטן, מארקעטס אדער פעירס, צום ביישפיל.

העלט קעיר: פאר די וואס זוכן באהאנדלונג ביי א שפיטאל אדער ציין-דאקטער, צום ביישפיל

סאושעל סערוויסעס, פאראטראנספארט סערוויסעס און האוזינג צופאסונג ערלויבעניש: פאר די וואס האבן פארבינדונג מיט די סאושעל סערוויסעס

דער סאושעל אינשורענס סיסטעם , ארבעטסלאזיגקייט אינשורענס און סטודענט אויסהאלטונג: פאר די וואס, צום ביישפיל, גיבן זיך איין פאר פארענטאל בענעפיטן פון די שוועדישע סאושעל אינשורענס אגענטור אדער סטודענט אויסהאלטן פון סטודענט אויסהאלטונג באפולמעכטיגונג.

קאנסקריפשען און ציווילע שיץ: פאר די וואס גייען דינען, שרייבן זיך איין אדער ענדיגן מיליטערישע טרעינינג

באהאנדלונג אין פארבינדונג מיט פאבליק מענטשהייט קערפערשאפטן: פאר די וואס פארבינדן זיך מיט א רעגירונגס אגענטור, צום ביישפיל, צו באקומען אינפארמאציע, אנווייזונגען, עצות אדער אנדערע הילף.

דער דיסקרימינאציע אקט איז נישט גילטיג איבעראל

דער דיסקרימינאציע אקט רעגולירט נישט וואס פאסירט צווישן פריוואטע מענטשן , אזויווי וויאזוי שכנים אדער קרובים באהאנדלען איינער דעם אנדערן. דאס אינהאלט פון עדס, טעלעוויזיע, ראדיא, סאושעל מידיע און צייטונגען זענען אויך נישט געדעקט אונטער דער פארבאט פון דיסקרימינאציע. אין די פלעצער, פונדעסטוועגן, קענען אנדערע געזעצן און רעגולאציעס לייגן באגרעניצונגען אויף וואס איז יא און נישט ערלויבט.

לייגן אין א חסרון די וואס נעמען פארענטאל אפוועזנהייט איז פארבאטן

(Missgynnande av föräldralediga är förbjudet)

אן ארבעטער אדער איינער וואס זוכט אן ארבעט וואס וועט זיין אדער איז געווען אויף פארענטאל אפוועזנהייט איז באשיצט קעגן געלייגט ווערן אין חסרון דורך דער ארבעטסגעבער. דער שיץ קעגן לייגן אין א חסרון איז גילטיג ווען א מענטש איז אויף פארענטעל אפוועזנהייט אדער אינדערהיים זיך אפצוגעבן מיט קראנקע קינדער. ביישפילן פון לייגן אין א חסרון זענען פארלירן א פאסטן, ווערן געגעבן ווייניגער געוואונטשענע ארבעט אויפגאבעס אדער שוואכערע געהאלט ערווארטונגען.

Sidinformation

Senast uppdaterad: 23 augusti 2022