Vi arbetar för ett samhälle
fritt från diskriminering.

איינגעבן א קלאגע באריכט

Skicka in en anmälan

באריכטן דורך אונזער בויג

איר קענט אריינגעבן אויף אונזער באריכט בויגן וואס איר קענט דאן ארויסדרוקן, אויספולן און שיקן צום DO אויפ'ן פאסט אדער אימעיל. דער בויגן איז נאר אוועילעבל אין שוועדיש.

צום באריכט בויגן )länk(

זיך באקלאגן דורך שרייבן א בריוו

איר קענט אויך אריינגעבן א קלאגע אין א בריוו וואס איר שיקט אויף פאסט אדער אימעיל. דער בריוו מוז ענטהאלטן אייער נאמען, אדרעס, טעלעפאן נומער, בעסער אויך אימעיל אדרעס און מיטגייענדע אינפארמאציע פון דער מענטש אדער איינהייט וועגן וועם איר מאכט דער קלאגע. שילדערט די קלארסטע מעגליך וואס אייער אפליקאציע איז וועגן. איבער אלעס, מוזט איר אריינלייגן וואס האט פאסירט, ווען עס האט פאסירט, ווער האט דיסקרימינאטירט קעגן אייך און וועלכע אורזאך אדער אורזאכן פון דיסקרימינאציע איר טראכט זענען גילטיג.

באקלאגט אייך אין אלע שפראכן

איר קענט אריינגעבן אייער באריכט אין סיי וועלכע שפראך מיר וועלן דאן איבערזעצן דער אפליקאציע צו שוועדיש. אין מערסטנס פעלער, וועלן מיר ענטפערן אין שוועדיש.

באקלאגט אייך מינדליך

אויב פאר סיי וועלכע סיבה איז אייך שווער צו שרייבן א בריוו אדער אויספולן אונזער אפליקאציע בויגנס, קענט איר מאכן אן אפליקאציע מינדליך אדער אין אן אנדערע וועג.

פארבינדט זיך מיט אונז פאר מער אינפארמאציע. länk - kontakta oss

א קלאגע איז א פאבליק דאקומענט

ווען מיר באקומען א קלאגע ווערט עס רעגיסטרירט און באקומט א נומער וויבאלד דער DO איז א רעגירונגס אגענטור, וועט אייער קלאגע ווערן באהאנדלט אלס א פאבליק דאקומענט. דאס מיינט אז יעדער איינער האט דער רעכט צו בעטן עס צו זען. מיר טון, אבער, א פריוואטקייט אפשאצונג איידער עס פארעפנטליכן. דאס מיינט אז מיר מעקן אויס פריוואטע אינפארמאציע אין די דאקומענט.

א מענטש וואס באריכט דיסקרימינאציע האט געזעצליכע באשיצונג קעגן נקמה. דאס קען זיין אן ארבעטסגעבער ארויפלייגן א שווערע ארבעטס לאסט אויפ'ן מענטש וואס באקלאגט זיך. סיי ווער וואס איז אויסגעשטעלט צו נקמה קען עס באריכטן צו אונז.

Hjälpte informationen på den här sidan dig?

Sidinformation

Senast uppdaterad: 13 oktober 2021