Vi arbetar för ett samhälle
fritt från diskriminering.

באריכט דיסקרימינאציע

Anmäl diskriminering

די פאלגענדע אינפארמאציע זאגט אייך וויאזוי צו באריכטן דיסקרימינאציע, וואס א באריכט קען אריינציען און די פארשידענע וועגן וויאזוי איר קענט אריינגעבן א באריכט מיט די דיסקרימינעישאן אמבודסמאן (DO) .

וואס קען איך באריכטן?

איר קענט אריינגעבן א באריכט:

  • אויב איר האט מיטגעמאכטדיסקרימינאציע
  • אויב איר זענט געעווען אויסגעשטעלט צו נקמה(שטראפן)
  • אויב איר זענט געווארן בא'עוול'ט אין פארבינדונג מיט נעמען פארענטאל אפוועזנהייט.
  • אויב אן ארבעטסגעבער אדער טרענירונג פראוויידער פאלט דורך צו פארמיידן דיסקרימינאציע (אקטיווע מיטלען)


ביטע באמערקט אז איר קענט אריינגעבן א באריכט פאר איינעם אנדערש. צום ביישפיל, אלס עלטערן, קענט איר אריינגעבן א באריכט אין נאמען פון אייער קינד.

>>אריינגעבן א באריכט מיט אונזער אנליין פארעם

וואס פאסירט ווען איך גיב אריין א באריכט?

מיר גייען איבער אלע באריכטן באקומען דורך די דיסקרימינעישאן אמבודסמאן און טוען ערשט באשליסן אויב וואס איר האט באריכטעט פאלט אין די ראם פון געזעץ. דאס איז, אויב עס קען זיין דיסקרימינאציע, געשלעכטליכע האראסמענט, נקמה אדער חסרון אין פארבינדונג מיט פערענטאל אפוועזנהייט. אויב אייער קלאגע פאלט נישט אין די באדינגונגען פן די דיסקרימינאציע אקט, וועלן מיר אייך זאגן אז מיר קענען נישט אויספארשן ווייטער.

מיר ווילן אויספארשן די מערסטע קלאגעס וואס מעגליך ווייל מיר ווילן די וואס זענען געווארן דיסקרימינירט זאלן באקומען פארגיטיגונג. אבער מיר נעמען נישט אן יעדע קלאגע, אפילו אויב זיי קענען אלע זיין געדעקט דורך די דיסקרימינאציע אקט. דאס איז ווייל די דיסקרימינעישאן אמבודסמאן באקומט פיל קלאגעס יעדע יאר (מער ווי 3,500 קלאגעס אין 2020) און מיר האבן נישט די מיטלען זיי אלע צו אויספארשן. אויב מיר פארשן נישט אויס אייער קלאגע, וועט איר געמאלדן ווערן.

ווען די דיסקרימינעישאן אמבודסמאן פארשט אויס א קלאגע, שאצן מיר אפ אויב די אינצידענט באריכטעט איז א פארלעצונג פון דעם געזעץ - דאס איז, דיסקרימינאציע, געשלעכטליכע האראסמענט, נקמה אדער חסרון אונטער די פערענטאל אפוועזנהייט אקט. איינמאל מיר האבן גענומען א פאזיציע, וועלן מיר אויך אפשאצן אויב עס איז מעגליך צו פאדערן פארגיטיגונג פון די פירמע (צום ביישפיל, אן ארבעטסגעבער, א שולע אדער א געשעפט) וואס האט פארלעצט די דיסקימינאציע אקט. אויב נויטיג, קענען מיר אויך נעמען געוויסע קעיסעס צום געריכט. די געריכט וועט אויך באשליסן די סומע פון פארגיטיגונג פאר דיסקרימינאציע אדער אנדערע פארגיטיגונג וואס די קרבן איז בארעכטיגט צו באקומען.

וויכטיג צו נעמען אין אכט

  • פילט אויס אייער באריכט און ערקלערט אינגאנצן און אין די מערסטע דעטאלן וואס מעגליך וואס האט פאסירט און ווען עס האט פאסירט.
  • זאגט אונז וויאזוי די אינצידענט קען זיין פארבינדן צו די גרונטן פאר דיסקרימינאציע.
  • עס איז וויכטיג פאר אייך צו האנדלען שנעל אויב די באריכט איז בנוגע ארבעט. די צייט גרעניץ פאר א געריכט צו אויפנעמען א קעיס קען זיין פיר מאנאטן אין טייל פעלער, אבער אפאר מאל אזוי ווייניג ווי צוויי וואכן פון די אינצידענט באריכטעט.
  • אויב איר זענט א יוניאן מיטגליד, פארבינדט זיך מיט אייער יוניאן. יוניאנס זענען די ערשטע קערפערשאפטן צו העלפן זייער מיטגלידער אין פעלער פון דיסקרימינאציע.
  • אייער באריכט ווערט א פובליק דאקומענט. דאס איז אויך שייך צו אלע בייאלאגעס צו אייער באריכט. דאס מיינט אז יעדער קען זיך פארבינדן מיט די דיסקרימינעישאן אמבודסמאן צו באקומען די דאקומענטן. אבער, פאר זיי ווערן ארויסגעגעבן, קוקט די דיסקרימינעישאן אמבודסמאן אויב די אינפארמאציע אין די דאקומענט זאלן ווערן געהאלטן אין געהיים אונטער די פובליק צוטריט צו אינפארמאציע און געהיים אקט.
  • אויב די דיסקרימינעישאן אמבודסמאן באשליסט צו אויספארשן אייער קלאגע, וועט די מענטש וואס איר האט באריכטעט ווערן געזאגט אז איר האט געמאכט א קלאגע.

וויאזוי מיר פראצעסירן אייער פערזענליכע אינפארמאציע

אריינפילן פערזענליכע אינפארמאציע אין די פארעם איז פרייוויליג. איר דארפט נישט צושטעלן אייער קאנטאקט דעטאלן אדער אנדערע פערזענליכע אינפארמאציע פאר דידיסקרימינעישאן אמבודסמאן צו קענען איבערגיין, ליינען און רעגיסטרירן אייער מעלדונג.

די פערזענליכע אינפארמאציע ווערט צאמגענומען צו ערמעגליכן די דיסקרימינעישאן אמבודסמאן צו אויספירן איר ארבעט אין באקעמפן דיסקרימינאציע און מוטיגן אייניגע רעכטן און געלעגנהייטן.

פערזענליכע אינפארמאציע ווערט נאר גענוצט ווען עס איז נויטיג פאר די דיסקרימינעישאן אמבודסמאן צו אויספירן איר מיסיע. די פערזענליכע אינפארמאציע קען ווערן גענוצט דורכאויס אן אויספארשונג און וועט דאן ווערן אנטפלעקט צו די וואס זענען פארמישט.

פערזענליכע אינפארמאציע מעג אויך ווערן אנטפלעקט אין איינקלאנג מיט די פרינציפ פון פובליק צוטריט, ביידע צו די מידיע און צו מענטשן. די דיסקרימינעישאן אמבודסמאן באקוקט אייביג אויב די אינפארמאציע אין א פובליק דאקומענט איז באשיצט מיט געהיימקייט פאר עס ווערט אנטפלעקט.

>>מער אינפארמאציע אויף וויאזוי דיסקרימינעישאן אמבודסמאן פראצעסירט פערזענליכע אינפארמאציע און אייער רעכטן.

Sidinformation

Senast uppdaterad: 23 augusti 2022