Vi arbetar för ett samhälle
fritt från diskriminering.

אקטיווע מאסנאמען צו פארמיידן דיסקרימינאציע

(Aktiva åtgärder för att förebygga diskriminering)

דער דיסקרימינאציע אקט ענטהאלט א פארבאט קעגן דיסקרימינאציע אין אינדיווידועל פעלער, אבער דער געזעץ לייגט אויך ארויף פאדערונגען אויף ארבעטסגעבערס און עדיוקעישאן פראוויידערס אין נגסאנארדנעיר צו ארבעטן מיט מער אקטיווע מאסנאמען צו פארמיידן דיסקרימינאציע, און שטיצן אייניגע רעכטן און געלעגנהייטן.

פארמיידט דיסקרימינאציע און שטיצט רעכטן און געלעגנהייטן

(Förebygga diskriminering och främja rättigheter och möjligheter)
אקטיווע מאסנאמען צילן צו פארמיידן און גיין קעגן דיסקרימינאציע וואס איז פארבינדן מיט איינע פון די אורזאכן פאר דיסקרימינאציע, מין, טראנסדזשענדער אידענטיטעט אדער געשלעכטליכע עקספרעשין, עטניסיטי, רעליגיע אדער אנדערע גלויבן, דיסאביליטי, געשלעכטליכע אויסשטעל און עלטער. אין צוגאב, איז עס וועגן שטיצן אייניגע רעכטן און געלעגנהייטן - אפגעזען פון די אורזאך פון דיסקרימינאציע.

אנגייענדע ארבעט קעגן דיסקרימינאציע אין פיר שריט

אלע ארבעטסגעבערס און עדיוקעישאן פראוויידערס מוזן ווייטער ארבעטן קעגן דיסקרימינאציע מיט די פאלגנדע פיר שריט:

שריט 1 פארשט אויס ריזיקעס פון דיסקרימינאציע - אריינגערעכנט האראסמעט און געשלעכטליכע האראסמענט - אדער נקמה (שטראפן), אדער אנדערע שטערונגען צו מענטשנס' רעכטן און געלעגנהייטן.

שריט 2 באטראכט די אורזאכן פון די ריזיקעס און שטערונגען וועלכע איר האט אנטדעקט.

שריט 3 באהאנדלט - לייגט אריין אין קראפט מאסנאמען צו פארמיידן דיסקרימינאציע און שטיצן רעכטן און געלעגנהייטן.

שריט 4 פאלגט נאך און שאצט אפ דאס ארבעט.

דאס ארבעט מוז פארקומען אויף אן אנגיינדע באזיס. ארבעטסגעבערס און טרעינירונג פראוויידערס מיט אומווייניגסטנס 25 ארבעטערס מוזן אויך אראפשרייבן די ארבעט אויף אן אנגייענדע באזיס.

דער ארבעטסגעבער'ס פאראנטווארטליכקייט

דער ארבעטסגעבער מוז זיין פארנומען מיט די אנגייענדע פיר-שריט ארבעט אין פיר שריט (אויספארשן, באטראכטן, באהאנדלען, נאכפאלגען) אין די פאלגנדע פינף ערטער:

  • ארבעט אומשטענדן
  • רעגולאציעס און פראקטיקן אנבאלאנגט געהאלטן און אנדערע טערמינען פון עמפלוימענט
  • אויפנעמען און העכערן
  • עדיוקעישאן און אנדערע פעאיגקייטן אנטוויקלונג
  •  
  • געלעגנהייטן צו צאמשטעלן ווערדפולע עמפלוימענט און עלטערנשאפט
  •  

די אקטיווע שריט פאדערן אויך אז אן ארבעטסגעבער זאל

  • שטיצן א גלייכע דזשענדער אויסטיילונג - אפילו אין פירער פאזיציעס
  • אנטוויקלען, נאכפאלגן און אפשאצן אנווייזונגען און אויפפירונג צו פארמיידן האראסמענט, געשלעכטליכע האראסמענט און נקמה (שטראפן)
  • אויספירן יערליכע געהאלט אנקעטעס.

פרי-סקול און שולע פאראנטווארטליכקייטן

(Förskolans och skolans ansvar)
פרי-סקולס און שולעס מוזן זיין פארנומען מיט די אנגייענדע פיר-שריט ארבעט (אויספארשן, באטראכטן, באהאנדלען, נאכפאלגען) אין אלעס וואס זיי טוען

די אקטיווע מאסנאמען מיינט אויך אז דער פרי-סקול און שולע מוזן אנטוויקלען, נאכפאלגן און אפשאצן אנווייזונגען און אויפפירונג צו פארמיידן האראסמענט, געשלעכטליכע האראסמענט און נקמה (שטראפן).

דער פאראנטווארטליכקייט פון העכערע עדיוקעישאן

(Högskolans ansvar)

העכערע עדיוקעישאן אינסטיטוציעס מוזן זיין פארנומען מיט די אנגייענדע פיר-שריט ארבעט (אויספארשן, באטראכטן, באהאנדלען, נאכפאלגן) אין די פאלגנדע פינף ערטער:

  • אננעמען און אויפנעמען
  • אויסלערנען מעטאדן און ארגאניזאציע פון עדיוקעישאן
  • אונטערזוכונגען און אפשאצונגען
  • לערנען ענווייראנמענט
  • לערנען און עלטערנשאפט.

די אקטיווע מאסנאמען מיינט אויך אז די יוניווערסיטיס און קאלעדזשעס מוזן אנטוויקלען, נאכפאלגן און אפשאצן אנווייזונגען און אויפפירונג צו פארמיידן האראסמענט, געשלעכטליכע האראסמענט און נקמה (שטראפן).

Sidinformation

Senast uppdaterad: 23 augusti 2022