נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט־שפּראַכן
Nationella minoriteter och minoritetsspråk)
נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט־שפּראַכן
פֿיניש, ייִדיש, מיענקיעלי, ראָמאַני טשיב און סאַמיש, און אויך װאַריאַציעס פֿון די שפראכן, זײַנען די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן אין שװעדן. זינט 2009 איז דאָ אַ געזעץ װעגן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט־שפּראַכן. דאָ איז אינפֿאָרמאַציע װעגן אײַערע שפּראַך רעכטן און װאָס איר קענט פֿאָדערן פֿון דער מיוניסיפאליטיס און מלוכישע אַדמיניסטראַציעס לויטן דאָזיקן געזעץ.
די אלגעמיינע פובליק (מיוניסיפאליטיס, סיטי קאונסילס און מלוכישע אַדמיניסטראַציעס) טראָגט דאָס אַחריות װאָס שײך שיצן און העלפֿן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט שפראכן. די אלגעמיינע וועט אויך שטיצן די מעגלעכקײטן פון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטןצו אָפּהיטן און אַנטװיקלען זײערע קולטור אין שװעדן.
פֿאַרװאַלטונג־אַדמיניסטראַציעס (למשל DO) זאָלן פֿאַרזיכערן אַז נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן האָבן אַ דעה אויף רעלעװאַנטע ענינים און, ווי ווייט מעגלעך, אַרבעטן צוזאַמען מיט די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן װאָס שײך די דאָזיקע רעלעװאַנטע ענינים.
פֿאַרבינדונגען מיט אַדמיניסטראַציעס
טאָמער, װילט איר שרײַבן אויף פֿיניש, מיענקיעלי אָדער סאַמיש װען איר שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט DO אָדער די פּאַרלאַמענט־רעפּרעזענטאַנטן (JO), קען מען שרײַבן צו DO דורך בליצפּאָסט do@do.se און דורך בריװ צו דער אַדרעס Diskrimineringsombudsmannen, Box 4057, 169 04 Solna.
איר האָט אויך אַ רעכט צו ניצן פֿיניש, מיענקיעלי אָדער סאַמיש װען איר שרײַבט צו צום יוסטיץ־קאַנצלער, דער אַגענטור פֿאַר סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג, דער שטײַער־אַגענטור און דער אַרבעט־אַגענטור װען איר דאַרפֿט זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אײן פֿון די דאָזיקע אַדמיניסטראַציעס.
טאָמער, שטעלט איר זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אַן אַדמיניסטראַציע װעמען'ס אַרבעט האָט אַ שײַכות מיט אַ פֿאַרװאַלטונג־שטח פֿאַר פֿיניש, מיענקיעלי אָדער סאַמיש, קענט איר ניצן אײן פֿון די דאָזיקע שפּראַכן װען איר שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט דער אַדמיניסטראַציע. איר דאַרפֿט, אָבער, האָבן אַ רעגיסטרירטן ענין בײַ דער אַדמיניסטראַציע מיט אַ שײַכות צום אַקטועלן פֿאַרװאַלטונג־שטח. אײַער ענין האָט, למשל, אַ שײַכות מיט אַ שטח װען איר װאוינט אינעם שטח אָדער אײַער ענין האַנדלט זיך װעגן אַן אָרגאַניזאַציע אינעם דאָזיגן שטח.
אויך אויסער אַ פֿאַרװאַלטונג־שטח קענט איר האָבן דאָס רעכט צו ניצן פֿיניש, מיענקיעלי אָדער סאַמיש װען איר רעדט אָדער שרײַבט צו צו אַן אַדמיניסטראַציע. איר דאַרפֿט, אָבער, האָבן אַ קעיס בײַ דער אַדמיניסטראַציע און עס מוז זײַן דאָ עמיצער װאָס קען די שפּראַך.
װעלכע מיוניסיפאליטיס זײַנען אַ פֿאַרװאַלטונג־שטח פֿאַר פֿאַרשדענע שפּראַכן? External link.
אין פֿאַרבינדונג מיט DO
DO האָט די השגחה איבערן גאַנצן לאַנד און קען אָנפֿירן מיט יורידישע פּראָצעסן אין דעם גאַנצן לאַנד. טאָמער, איז אײַער אָרגאַניזאַציע אונטער השגחה פֿון DO אָדער DO פֿאַרטרעט אײַך אין אַ יורידישן פּראָצעס, האָט איר אַ רעכט צו ניצן פֿיניש, מיענקיעלי אָדער סאַמיש װען אײַער ענין האָט אַ שײַכות מיט אַ פֿאַרװאַלטונג־שטח פֿון אײַער שפּראַך. אויב אַזוי, קענט איר זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט DO, אדער מינדליך אדער שריפֿטלעך, אויף אײַער שפּראַך. דאַן, מוז DO ענטפֿערן אויפֿן זעלבער שפּראַך. טאָמער, האָסטו נישט קײן יורידישן פֿאַרטרעטער, קענסטו אויך באַקומען אַ שריפֿטלעכע איבערזעצונג פֿונעם אַדמיניסטראַציעס באַשלוס.
געריכטן
טאָמער, האָט איר אַ פֿאַל אָדער אַ קעיס אין אַ געריכט אין אײן פֿון די אָ מיוניסיפאליטיס: דזשעליװאַרע, האַפּאַראַנדע, קירונע, פּאַיאַלע אָדער אָװערטאָרנעאָ, דאַן האָט איר אַ רעכט צו ניצן פֿיניש אָדער מיענקיעלי װען דער פֿאַל אָדער ענין האָט אַ שײַכות מיט אײן פֿון די דאָזיקע מיוניסיפאליטיס. די זעלבע כּללים גילטן פֿאַר סאַמיש אין אַ געריכט אין אַרדזשעפּלאָג, דזשעליװאַרע, דזשאָקמאָק אָדער קירונע, װען דער פֿאַל אָדער ענין האָט אַ שײַכות מיט אײן פֿון די דאָזיקע מיוניסיפאליטיס.
אויב איר װילט ניצן אײַער שפּראַך אין אַ געריכט זאָלט איר דאָס צוזאָגן צום געריכט װען דער פֿאַל אָדער קעיס הײבט זיך אָן אָדער װען איר װעט רעדן דאָס ערשטע מאָל אינעם פֿאַל אָדער קעיס.
עדיוקעישאנעל אַרבעט און געריאַטריק
װען איר װאוינט אין אַ מיוניסיפאליטי װאָס איז אַ פֿאַרװאַלטונג־שטח פֿאַר פֿיניש, מיענקיעלי אָדער סאַמיש זאָל די מיוניסיפאליטי אָנבאָטן אײַערע קינדער אַ פּלאַץ אויף אַ קינדערגאָרטן װאוּ מען רעדט טײלווייז אָדער אינגאַנצן אויף אײנער פֿון די דאָזיקע שפּראַכן.
אויפֿן זעלבן אופֿן קענט איר, אין אַזאַ מיוניסיפאליטי, באַקומען רובֿ געריאַטרישע הילף פֿון פּערסאָנאַל װאָס רעדט פֿיניש, מיענקיעלי אָדער סאַמיש.
אויב איר װאוינט אין אַ מיוניסיפאליטי װאָס איז נישט אַ טײל פֿון אַ פֿאַרװאַלטונג־שטח אָדער איז נישט אַ טײל פֿון אַ פֿאַרװאַלטונג־שטח פֿאַר אײַער שפּראַך אָבער האָט יאָ פּערסאָנאַל װאָס רעדט פֿיניש, ייִדיש, מיענקיעלי, ראָמאַני טשיב אָדער סאַמיש, זאָלן די מיוניסיפאליטי אײַך אָנבאָטן געריאַטריק טײלווייז אָדער אינגאַנצן פֿון פּערסאָנאַל װאָס רעדט אײַער שפּראַך.
שװעדן האָט אין פֿעברואַר 2000 באשטעטיגט דעם אײראָפּעישן ראָטס רעם־קאָנװענץ װעגן שיצן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן (די רעם־קאָנװענץ) און דעם אײראָפּעישן טשאַרטער װעגן ראַיאָן־ אָדער מינאָריטעט־שפּראַכן (די מינאָריטעט־שפּראַך־קאָנװענץ). די אָנערקענטע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן זײַנען ייִדן, ראָמען, סאַמען, שװעדישע פֿינלענדער און טאָרנעטעלער. די אָנערקענטע נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן זײַנען פֿיניש, ייִדיש, מיענקיעלי, ראָמאַני טשיב און סאַמיש, און אויך װאַריאַציעס פֿון זײ.
דאָ קענט איר געפֿינען נאך אינפֿאָרמאַציע
דער אײראָפּעישער ראָט
דער אײראָפּעישער ראָט האָט השגחה איבער װי אַזוי די מיוניסיפאליטיס פֿאָלגן די רעם־קאָנװענץ און מינאָריטעט־שפּראַך־קאָנװענץ. אויף זײער װעבזײַטל קען מען, למשל, געפֿינען די רעסולטאַטן פֿון די אויספֿאָרשונגען װעגן װי אַזוי שװעדן פֿאָלגט די קאָנװענצן.
https://www.coe.int/en/web/minorities External link.
דער סאַמישער פּאַרלאַמענט און ראַיאָן־אַדמיניסטראַציע אין שטאָקהאָלם
די ראַיאָן־אַדמינסטראַציע אין שטאָקהאָלם און דער סאַמישער פּאַרלאַמענט האָבן באַקומען די מלוכישע אויפֿגאַבע צו אויספֿאָרשן די פּאָליטישע אַנטװיקלונג און די אָפּהיטונג פֿונעם געזעץ װעגן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן.
https://www.sametinget.se External link.
Minoritet.se
דאָס װעבזײַטל פֿאַר די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן פֿאַרשפּרײט אינפֿאָרמאַציע װעגן די עלטסט־געזעסענע סאַמען און די שװעדישע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן ייִדן, ראָמען, שװעדישע פֿינלענדער און טאָרנעטעלער.