Vi arbetar för ett samhälle
fritt från diskriminering.

אינפארמאציע פאר קינדער און יונגע מענטשן (jiddish)

ברוכים האבאים צו די דיסקרימינאציע אמבודסמאן (DO).
די DO איז א רעגירונג אגענטור וואס ארבעט פאר די פארליאמענט און די רעגירונג צו שטיצן גלייכע רעכטן און געלעגנהייטן און צו באקעמפן דיסקרימינאציע. דא קענט איר ליינען מער איבער די אמבודסמאן, דיסקרימינאציע און וויאזוי צו אריינגעבן א קלאגע.

וואס איז דיסקרימינאציע?


דיסקרימינאציע באדייט אז א מענטש ווערט באהאנדלט ערגער ווי אנדערע. כדי עס זאל ווערט באטראכט אלס דיסקרימינאציע אונטער די דיסקרימינאציע אקט, מוז די אומ'יושר'דיגע באהאנדלונג זיין פארבינדן מיט די מענטש'ס דשענדער, טרענסדשענדער אידענטיטעט אדער אויסדרוק, עטנישע אפשטאם, רעליגיע אדער אנדערע גלויבן, סעקסואלע אויסשטעל, דיסאביליטי אדער עלטער. דאס קען זיין די באזיס פאר דיסקרימינאציע.

דא זענען עטליכע ביישפילן פון דיסקרימינאציע:

• א קאפעי וויל נאר האבן מיידלעך ארבטער און טוט דארפאר אפזאגן א אינגל וואס געבט זיך דארט איין פאר א דשאב.

• איינער וואס ארבעט אין א שולע זאגט נישט שיינע זאכן פאר א מיידל וועגן די קאליר פון איר הויט.

• א שולע שטעלט נישט צו גענוג שטיצע פאר א סטודענט מיט ADHD.

עס זענען פארהאן זעקס סארטן דיסקרימינאציע: דירעקטע דיסקרימינאציע, אומדירעקטע דיסקרימינאציע, נישט געבן צוטריט, טשעפענען, סעקשועלע טשעפענען און אנווייזונגען צו דיסקרימינירן.

איר קענט ליינען מער איבער די פארשידענע סארטן דיסקרימינאציע אונטן (לינק).


דיסקרימינאציע איז פארבאטן אין פילע חלקים פונעם געזעלשאפט


דיסקרימינאציע זאל נישט עקזיסטירן אין שוועדן. דאס שטייט, צום ביישפיל, אין די דיסקרימינאציע אקט און אין די UN קאנווענשן אויף די רעכטן פונעם קינד.

לויט די דיסקרימינאציע אקט, איז דיסקרימינאציע פארבאטן אין פילע ערטער, צום ביישפיל:

• אין שולעס, פרי-סקולס און נאך-שולע קלאבס

• אין ארבעטספלעצער

• אין געשעפטן און רעסטעראנטן

• אין העלט-קעיר (צ.ב. יונגווארג קליניקס און געזונטהייט צענטערן)

• אין פובליק טראנספארטאציע (צ.ב. באסעס, טרעמס און די אנדערגראונד)


וואס טוט די DO?

די DO פארשט אויס באריכטן פון דיסקרימינאציע


מענטשן וואס שפירן אז מען האט דיסקרימינירט קעגן זיי קענען עס באריכטן צו די DO. די DO אדוואקאטן קענען אויספארשן וואס האט פאסירט. אויב זיי קומען צו א באשלוס אז עס איז פארהאן א קעיס פון דיסקרימינאציע אונטער די געזעץ, קען די DO פארלאנגען אז די מענטש וואס האט דיסקרימינירט זאל באצאלן געלט (דיסקרימינאציע פארגיטיגונג) צו די מענטשן אנטקעגן וועם מען האט דיסקרימינירט.


מיר פארשפרייטן וויסנשאפט

מיר זאגן פאר פאליטיקאנטן און אנדערע וואס מאכן באשלוסן איבער וויאזוי מען קען אפשטעלן דיסקרימיניאציע. דאס קען מיינען, צום ביישפיל, אז די דיסקרימינאציע אקט זאל זיין נוגע אין מער פלעצער ווי עס איז יעצט נוגע, אדער אז מער מענטשן זאלן וויסן אז עס איז מעגליך צו באריכטן דיסקרימינאציע צו די DO.


מיר ארבעטן צוזאמען מיט אנדערע

אסאך מענטשן ווילן זעהן אן ענדע צו דיסקרימינאציע און האבן געדאנקען איבער וויאזוי עס קען אפגעשטעלט ווערן. די DO ארבעט צוזאמען מיט אנדערע אויטאריטעטן און ארגעניזאציעס סיי אין שוועדן און סיי אין אנדערע לענדער.


אויב איר שטייט אויס דיסקרימינאציע


אויב איר שטייט אויס דיסקרימינאציע אין שולע:


• זאגט פאר איינער וואס ארבעט אין דיין שולע, א שטייגער ווי א לערער/ין, קאונסלער אדער נאך-שולע שטאב מיטגליד. די שולע דארף אייך צו העלפן.

• אויב איר טראכט אז דאס וואס פאסירט קען מעגליך זיין דיסקרימינאציע, קענט איר עס באריכטן צו די DO. איר קענט זיך אויך פארבינדן מיט די DO (אויף די בלעטער פאר ערוואקסענע) צו פרעגן פראגעס אדער זוכן הילף.

• אויב איר ווערט שלעכט באהאנדלט אן קיין פארבינדונג צו א באזיס פאר דיסקרימינאציע, קען עס מעגליך זיין אפענסיווע באהאנדלונג. אין אזא פאל, בעהט די שולע שטאב אדער הויפט לערער/ין פאר הילף.

  • o אויב איר באקומט נישט קיין הילף פון די שולע, זאלט איר זיך פארבינדן מיט די לאקאלע אטאריטעט אדער די שולע באורד. איר קענט בעטן אן ערוואקסענע פאר הילף דערמיט.
  • o אויב איר באקומט נאכאלס נישט קיין הילף, קענט איר שיקן אינפארמאציע איבער וואס עס האט פאסירט צו די קינדער און סטודענטן'ס אמבאדסמאן.

• איר קענט אויך פארציילן פאר אן ערוואקסענע וועמען איר געטרויעט. דאס קען זיין עלטערן, פריינט'ס עלטערן, א קאוטש אדער איינער אנדערש. ערוואקסענע קענען אייך העלפן.

אויב איר שטייט אויס דיסקרימינאציע אינדרויסן פון שולע

• פארציילט פאר אן ערוואקסענע וועמען איר געטרויעט. דאס קען זיין עלטערן, פריינט'ס עלטערן, א קאוטש אדער איינער אנדערש. ערוואקסענע קענען אייך העלפן.

• אויב איר טראכט אז דאס וואס פאסירט קען מעגליך זיין דיסקרימינאציע, קענט איר עס באריכטן צו די DO.

האט איר געוואוסט?

סעקשועלע טשעפעריי איז א פארעם פון דיסקרימינאציע. אבער עס קען אויך זיין א פארברעך. פארברעכנס מוזן ווערן באריכטעט צו די פאליציי.

Sidinformation

Senast uppdaterad: 30 oktober 2026