אויסבילדונג (Utbildning)

די אָנגעשטעלטע אויף דייַן אויסבילדונג דאַרפֿן דיך נישט דיסקרימינירן ווי תּלמיד, סטודענט אָדער וואָס שטודירט אויף אַן אַנדערער אויסבילדונג, למשל פֿאָלקסהויכשולע. עס איז פֿאַרבאָטן אין דער סאַמע־שולע, עס־עף־אי, שפעציעלע שולע אָדער אין דער שולע פֿאַר דערוואַקסענע. עס איז אויך פֿאַרבאָטן קינדער און תּלמידים אין קינדערגאַרטן און אין דער פֿרייַצייַטשולע צו דיסקרימינירן.

ס'איז אַ געזעץ קעגן דיסקרימינירונג. דער דיסקרימינירונגס־אָמבודסמאַן (ד־אָ) זאָל קאָנטראָלירן אַז אויסבילער און אַנדערע דעם דיסקרימינירונגס־געזעץ פֿאָלגען. צו דיסקרימינירן עמעצן מיינט צו באַהאַנדלען די פּערזאָן שלעכטער ווי אַנדערע, למשל ווייַל זי אָדער ער האָמאָסעקסועל איז.

אין דעם געזעץ שטייט געשריבן אז קיינער טאָר דיך דיסקרימינירן אין שייַכות מיט

  • געשלעכט
  • געשלעכטס־איבערשפּרייַזנדיקע אידענטיטעט אָדער אויסדרוק
  • עטנישע געהעריקייט
  • רעליגיע אָדער אַן אַנדערן גלויבן
  • פֿאַרשעדיקטע פֿונקציעס
  • סעקסועלע אידענטיטעט
  • עלטער

אַנדערע שלעכטע באַהאַנדלונג למשל שינדעריי ווייַל עמעצער זעט אַנדערס אויס, קענסטו צו דעם קינד־און תּלמיד־אָמבוד אָנמעלדן. זע רעכטס אויף דער זייַט.

ווער קען צו ד־אָ אָנמעלדן?

דו קענסט דיסקרימינירונג אָנמעלדן אויב דו ביסט אַ תּלמיד אין אַ גרונטשולע, אַ תּלמיד אין דער גימנאַזיע־שולע, תּלמיד אין דער שפּעציעלער שולע, דער סאַמע־שולע, גייט אין עס־עף־אי, גייט אין אַ שפּעציעלער שולע, אויף קאָמ־וווּקס אָדער סער־וווּקס.

אויב דו ביסט אַ סטודענט אויף אַ הויכשולע אָדער אוניווערסיטעט אָדער שטודירסט אויף למשל אַ פֿאָלקס־ הויכשולע אָדער גייט אַ קורס אין אַ שטודיען־פֿאַרבאַנד, קענסטו אויך דיסקרימינירונג צו ד־אָ אָנמעלדן.

אויב דו זוכסט אַן אויסבילדונג , קענסטו אויך דיסקרימינירונג אָנמעלדן.

דיסקרימינירונג איז פֿאַרבאָטן אין שייַכות מיט:

  • געשלעכט
  • געשלעכטס־איבערשפּרייַזנדיקע אידענטיטעט און אויסדרוק
  • עטנישע געהעריקייט
  • רעליגיע אָדער אַן אַנדערן גלויבן
  • פֿאַרשעדיקטע פֿונקציעס
  • סעקסועלע אידענטיטעט
  • עלטער

וואָס קען איך צו ד־אָ אָנמעלדן?

דיסקרימינירונג איז ווען אָנגעשטעלטע אין אַ שולע, הויכשולע אָדער אַן אַנדערער אויסבילדונג באַהאַנדלט דיך שלעכטער ווייַל דו למשל ביסט ביסעקסועל אָדער געבאָרן אין אַן אַנדערן לאַנד ווי שוועדן. ביסעקסועל איז אַ פּערזאָן וואָס קען אַטראַהירט זייַן אָדער ליב האָבן אִי פֿרויען אִי מענער.

דיסקרימינירונג קען אויך זייַן ווען אַ לערער, דירעקטאָר אָדער אַנדערע אָנגעשטעלטע דיך שיקאַנירן. צו שיקאַנירן איז עמעצן שלעכט צו באַהאַנדלען, למשל דיך מיט אַ נאָמען רופֿן וואָס דו האָסט נישט ליב אָדער זיך וויצלען אין אַן אומאייַנגענעען אופֿן.

אָנגעשטעטע אין דער שולע, הויכשולע אָדער אויסבילדונג טאָרן נישט אַנדערע בעטן דיך צו שיקאַנירן אָדער דיסקרימינירן.

דיסקרימינירונג קען אָפֿטמאָל שווער זייַן צו זען. אַ משל איז כּללים וואָס דאַכט זיך גוט פֿאַר אַלע, אָבער וואָס זענען נישט גערכט פֿאַר למשל מיידלעך אָדער פֿרויען.

עס איז אויך פֿאַרבאָטן אין דעם געזעץ דיך צו דיסקרימינירן פֿאַר עפּעס אין דייַן פֿאַמיליע. למשל אויב דייַנע עלטערן זענען האָמאָסעקסועל און דו דערפֿאַר ווערסט שיקאַנירט און דיסקרימינירט.

דו קענסט דיסקרימינירונג צו דעם דיסקרימינירונגס־אָמבודסמאַן אָנמלדן.

משלים פֿון דיסקרימינירונג אין דער שולע, הויכשולע אָדער אַנדערער אויסבילדונג

משלים וואָס קענען דיסקרימינירונג זייַן, וואָס דו קענסט צו דעם דיסקרימינירונגס־אָמבודסמאַן אָנמעלדן:

  • דו דאַרפֿסט נישט מיט דייַן לערנען ממשיך זייַן, ווען דו ווילסט נאָך דער עלטערן־פֿרייַצייַט
        צוריקקומען.
  • אַ לערער שיקאַנירט דיך ווייַל דו טראַנסוועסטיט ביסט. אַ טראַנסוועסטיט איז אַ פֿרוי וואָס אַ
       מאָל טוט זיך אָן ווי אַ מאַן אָדער אַ מאַן וואָס אַ מאָל טוט זיך אָן ווי אַ פֿרוי.
  • אַ הויכשולע האָט אַלע מאָל פּריפֿונגען ווען דו האָסט דייַנע רעליגיעזע פֿייַערטעג.
  •  דו ביסט אַ מיידל און דאַרפֿסט נישט גיין מיט דייַן מיידלפֿרייַנט אויף אַ שולטאַנץ.
  • דייַן לערער דעלויבט דיך נישט טייל צו נעמען אין דער אונטערריכט ווייַל דו האָסט אַ־דע־האָ־דע.
  • אַ לערער טאַפּט דיך אָן, כאָטש דו ווילסט נישט.
  • דו האָסט אַ קאָפּטוך און דאַרפֿסט נישט פֿאַר דעם גימנאַסטיקלערער אין גימנאַסטיק טייל נעמען.
  • אַ פֿאָלקס־שולע נעמט נאָר אַרייַן פּערזאָנען אין די 20-ער יאָרן.
  • אַ שטודיען־פֿאַרבאַנד נעמט דיך נישט אַרייַן צו אַ קורס ווייַל דו זעסט שלעכט.
  • אַ שולע זאָגט צו דיר ניין ווען דו ווילסט אונטערריכט אין סאַמיש האָבן.

פֿאַרבאָטן צו באַשטראָפֿן

אויב דו האָסט דייַן שולע, הויכשולע אָדער אויסבילדונגס־אַראַנזשיר פֿאַר דיסקרימינירונג אָנגעמאָלדן, דאַרפֿן זיי דיך נישט באַשטראָפֿן.

צו באַשטראָפֿן קען למשל זייַן אַז דו קריגסט שלעכטערע צייַגענישן.

וואָס איז שיקאַנען?

 קיינער אויף דייַן אויסבילדונג דאַרף דיך שיקאַנירן. נישט דייַן לערער, קיינער וואָס איז אין דער אויסבילדונג אָנגעשטעלט און נישט קיין אַנדערער תּלמיד אָדער סטודענט.

צו שיקאַנירן איז עמעצן שלעכט צו באַהאַנדלען, למשל דיר רופֿן מיט אַ נאָמען וואָס דו האָסט נישט ליב אָדער צו וויצלען זיך אין אַן אומאייַנגענעמען אופֿן.

שיקאַנען זענען פֿאַרבאָטן אין שייַכות מיט:

  • געשלעכט
  • געשלעכטס־איבערשפּרייַזנדיקע אידענטיטעט און אויסדרוק
  • עטנישע געהעריקייט
  • רעליגיע אָדער אַן אַנדערן גלויבן
  • פֿאַרשעדיקטע פֿונקציעס
  • סעקסועלע אידענטיטעט
  • עלטער

שיקאַנען קען זייַן ווען עמעצער רעדט וועגן מענטשן אין אַן אופֿן וואָס דו האָסט נישט ליב. למשל אַז פֿרויען אָדער האָמאָסעקסועלע אָדער ראָמען זענען אין אַ באַזונערען אופֿן.

 שיקאַנען קענען אויך זייַן צו רופֿן עמעצן למשל "בלאַטע", "ציגענאַר־יעוועל", "לאַפּ־יעוועל", "מאָנגו", פֿיאָלאַ" אָדער "הוראַ". עס קען אויך זייַן אַז עמעצער האָט געצייַכנט אַ האַקנקרייַץ אויף דייַן שאַפֿע. שיקאַנען מאַכן אַז אַ פּערזאָן פֿילט זיך באַליידיקט, טרויעריק, געדראָט אָדער שלעכט באַהאַנדלט. עס איז פֿאַרשידן וואָס פֿאַרשידענע פּערזאָנען מיינען איז שיקאַנען. דו וואָס איז געוואָרן שיקאַנירט, באַשטימט אויב דו מיינסט אַז די ווערטער זענען באַליידיקנד.

וואָס זענען סעקסועלע שיקאַנען?

שיקאַנען קענען אויך סעקסועל זייַן. זיי ווערן דאַן סעקסועלע שיקאַנען גערופֿן. עס קען זייַן אַז עמעצער טאַפּט דיך אָן, כאָטש דו ווילסט נישט אָדער עמעצער זאָגט אַז זי אָדער ער וויל מיט דיר שלאָפֿן, כאָטש דו ווילט נישט. עס קען אויך זייַן עמעצער וואָס וויל דיר סעקסועלע בילדער צייַגן, וואָס דו ווילסט נישט זען אָדער וויצלט זיך וועגן סעקס אין אַן אופֿן וואָס דו האָסט נישט ליב.

עס איז פֿאַרשידן וואָס פֿאַרשידענע מענטשן מיינען זענען סעקסועלע שיקאַנען. דו וואָס איז געוואָרן סעקסועל שיקאַנירט באַשטימסט אויב די שולע אָדער אויסבילונג פֿילט זיך אונזיכער.

זאָג ניין!

עס איז גוט אויב דו וואָס איז שיקאַנירט קענסט דערציילן פֿאַר דעם וואָס דיך שיקאַנירט, אַז ער אָדער זי זאָל אויפֿהערן מיט למשל סעקסועלע שיקאַנען.

אָפֿטמאָל ווען עס זענען ערנשטע שיקאַנען מוזטו נישט פּראָטעסטירן. דאַן זאָגט דאָס געזעץ אַז די פּערזאָן מוז וויסין אַז עס איז שיקאַנען.

דו קענסט רעדן מיט דער פּערזאָן וואָס שיקאַנירט דיך אָדער שרייַבן צו דער פּערזאָן. דו קענסט אויך בעטן עמעצן וועגן הילף רעדן מיט דער פּערזאָן.

אויב אַן אויסבילדער הערט אַז עמעצער זיך אין דער אויסבילדונג שיקאַנירט פֿילט, מוז דער אויסבילדער אַרויספֿינדן וואָס איז געשען און פֿאַרהינדערן אויב עס שיקאַנען זענען. דו קענסט צו ד־אָ אָנמעלדן אויב דייַן אויסבילדער גאָר נישט מאַכט.

דאָס געזעץ זאָגט אַז עס איז דיסקרימינירונג אויב דו ווערסט שיקאַנירט פֿון עמעצן וואָס אַרבעט פֿאַר דייַן אויסבילדער, למשל דירעקטאָר, שוללייַטער אָדער לערער. דאַן קענסטו עס אָנמעלדן צו דעם דיסקרימינירונגס־אָמבודסמאַן (ד־אָ).

עס איז דער אויסבילדער וואָס האָט אַכרייַות אַז קיינער אין דער שולע שיקאַנירט ווערט.

דייַן אויסבילדער מוז פֿאַרהינדערן 

דאָס געזעץ זאָגט למשל אַז שולן און הויכשולן דיסקרימינירונג און שיקאַנען פֿאַרהינדערן מוזן. צו פֿאַרהינדערן איז צו קאָנטראָלירן אַז גאָר נישטס געשעט אין דער צוקונפֿט.

פֿאַרבאָטן צו באַשטראָפֿן 

אויב דו דייַן אויסבילדער פֿאַר שיקאַנען אָנגעמאָלדן האָט, דאַרף ער דיך נישט באַשטראָפֿן. צו באַשטראָפֿן קען למשל זייַן אַז דו קריגסט שלעכטערע צייַגענעשן.

אַ שולע אָדער הויכשולע טאָרן אויך נישט דיך באַשטראָפֿן אויב דו האָסט געמאָלדן אַז זיי נישט דיסקרימינירונג און שיקאַנען פֿאַרהידערן.

דו קענסט צו ד־אָ אָנמעלדן אויב דו ווערסט באַשטראָפֿט ווען דו האָסט דייַן אויסבילדער אָנגעמאָלדן.

ווי מעלד איך אָן צו ד־אָ?

דו קענסט צו דעם דיסקרימינירונגס־אָמבודסמאַן (ד־אָ) אָנמעלדן אויב דו מיינסט אַז דו ביסט אין דייַן אויסבילדונג געוואָרן דיסקרימינירט.

דו קענסט צו ד־אָ אָנמעלדן אויב דו מיינסט אַז דו ביסט געוואָרן דיסקרימינירט אין שייַכות מיט:

  • געשלעכט
  • געשלעכטס־איבערשפּרייַזנדיקע אידענטיטעט און אויסדרוק
  • עטנישע געהעריקייט
  • רעליגיע אָדער אַן אַנדערן גלויבן
  • פֿאַרשעדיקטע פֿונקציעס
  • סעקסועלע אידענטיטעט
  • עלטער

דו קענסט אויך אָנמעלדן דייַן שולע, הויכשולע אָדער אויסבילדער אויב זיי האָבן נישט אונטערזוכט פֿאַרוואָס אַ תּלמיד אָדער סטודענט פֿילט זיך שיקאַנירט אָדער נישט שיקאַנען פֿאַרהינדערן.

אויב דו גייסט אין אַ הויכשולע און האָסט אַ פֿאַרשעדיקטע פֿונקציע און מיינסט אַז די לאָקאַלן נישט זענען גוט פֿאַר דיר, זאָלסטו עס צו ד־אָ מעלדן. אפֿשר איז למשל נישט פֿאַראַן אַ ראַמפּע פֿאַר רעדערשטולן, און אפֿשר איז נישט פֿאַראַן געהער־מכשירים.

עס איז אַלע מאָל די שולע, הויכשולע אָדער אויסבילדער וואָס האָבן אַכרייַות פֿאַר לאָקאַלן און אויסבילדונג. דערפֿאר קענסטו דייַן שולע, הויכשולע אָדער אויסבילדער צו ד־אָ אָנמעלן. אָבער דו קענסט למשל נישט אַ שול־חבֿר אָנמעלדן.

קינדער אין אַ קינדערגאָרטן און תּלמידים אין דער שולע וואָס זענען ווייניקער ווי 18 יאָר קענען נישט צו ד־אָ אָנמעלדן. די עלטערן פֿון דעם קינד אָדער דער וואָס זאָרגט פֿאַר דעם קינד קענען מאַכן אַן אָנמעלדונג פֿאַר דעם קינד.

אַזוי מאַכסטו

דו קענסט נאָר מאַכן אַן אָנמעלדונג אויב דו אַליין מיינסט אַז דו ביסט געוואָרן דיסקרימינירט. אויב ד ביסט ווייניקער ווי 18 יאָר מוזן דייַנע עלטערן אָדער דער וואָס האָט די זאָרגרעכט אַקצעפּטירן אַז ד־אָ גייט צום געריכט.

דו קענסט שרייַבן דייַן אָנמעלדונג צו דעם דיסקרימינירונגס־אָמבודסמאַן (ד־אָ). אין דער אָנמעלדונג זאָלסטו שרייַבן דייַן נאָמען, דייַן אַדרעס און דייַן טעלעפֿאָננומער. עס איז אויך גוט אויב דו שרייַבסט דייַן בליצפּאָסט־אַדרעס.

דו קענסט אויך שרייַבן דעם נאָמען פֿון דעם וואָס דו אָנמעלדסט. עס קען זייַן דער נאָמען פֿון דער שולע, דער הויכשולע אָדער דער אויסבילדונג. שרייַב פֿאַרוואָס דו מיינסט אַז דו ביסט דיסקרימינירט געוואָרן. שרייַב אויך פֿאַרוואָס דו גלויבסט אַז עס איז למשל וועגן דייַן געשלעכט אָדער דייַן עלטער אָדער דייַן רעליגיע.

שרייַב אַ בריוו צו ד־אָ אָדער דערגאַנץ אַ מעלדונגס־פֿאָרמולאַר. דאָס פֿאָרמולאַר איז פֿאַראַן רעכטס אויף די זייַט. דו קענסט דייַנע אויפֿגאַבעס דערגאַנצן דירעקט אין דעם פּע־דע־עף־דאָקומעט.

אויב דו ווילסט מאַכן אַן אָנמעלדונג זאָלסטו עס מאַכן וואָס גיכער. אַ סך זאַכן ווערן זייער גיך פּרעסקריבירט. ווען אַ זאַך איז פּרעסקריבירט קען ד־אָ גאָר נישט מער מאַכן.

אַזוי מאַכן מיר ווען דייַן מעלדונג איז געקומען צו ד־אָ

ווען דו האָסט געשיקט דייַן אָנמעלדונג צו ד־אָ מאַכן מיר אַן אונטערזוכונג. דאָס מיינט אַז מיר זייער גענוי לייענען וואָס דו האָסט געשריבן און פֿינדן אַרויס וואָס איז געשען. דעם יענעם וואָס דו האָסט אָנגעמאָלדן וועגן דיסקרימינירונג אָדער שיקאַנען דאַרף אויך דערציילן וואָס איז געשען.

אויב די אונטערזוכונג צייַגט אַז דו ביסט געוואָרן דיסקרימינירט פּרוּווט ד־אָ מאַכן אַז איר ווערט מסכּים דורך אַן אויסגלייַך. אַן אויסגלייַך באַטייַט אַז די שולע, הויכשולע אָדער אויסבילדער למשל בעט דיך אום אַנטשולדיקונג אָדער צאָלט דיר געלט. אויב דו און דייַן שולע, הויכשולע אָדער אויסבילער נישט קענען מסכּים ווערן דורך אַן אויסגלייַך קען ד־אָ דעם פֿאַל צו דעם געריכט ברענגען.

אַ געריכט איז אַן אינסטאַנץ וואָס באַשטימט אויב עפּעס איז קעגן דעם געזעץ.

עס קאָסט גאָר נישטס צו קריגן העלף פֿון ד־אָ.

פֿאַרבאָטן צו באַשטראָפֿן 

דייַן שולע, הויכשולע אָדער אויסבילדער דאַרן דיך נישט באַשטראָפֿן דערפֿאַר וואָס דו האָסט דיסקרימינירונג אָנגעמאָלדן.

אַ שולע אָדער הויכשולע דאַרפֿן אויך נישט דיך שטראָפֿן וועגן דעם וואָס דו האָסט אָנגעמאָלדן אַז די שולע אָדער הויכשולע נישט אַרבעטן קעגן דיסקרימינירונג. דו קענסט צו ד־אָ אָנמעלדן אויב די שולע אָדער הויכשולע דיך באַשטראָפֿט.

עפֿנטלעכער אַקט

ד־אָ איז אַן אינסטאַנץ. אַלע האָבן די רעכט די אַקטן פֿון די אינסטאַנצן צו לייענען. אַן אַקט איז למשל אַ בריוו צו דער אינסטאַנץ. אויך בליצבריוו איז אַן אַקט.

אָבער עס זענען פֿאַראַן אַקטן וואָס זענען געהיים. סעקרעטעס איז אַן אַנדער וואָרט פֿאַר געהיים. מען טאָר נישט לייענען אינפֿאָרמאַציע פֿון ד־אָ וואָס איז געהיים.

ברוך הבה צו נעמען קאָנטאַקט מיט ד־אָ אויב דו האָסט פֿראַגעס. דו קענסט רעדן מיט אַן אַדמיניסטראַטאָר אויב דו ווילסט וויסן ווי אַן אָנמעלדונג צו שרייַבן.

זע רעכטס אויף דער זייַט דאָ ווי צו קריגן קאָנטאַקט מיט אַן אַדמיניסטראַטאָר.