דאָס אַרבעטסלעבן (Arbetslivet)

דייַן אַרבעטגעבער דאַרף דיך נישט דיסקרימינירן. צו דיסקרימינירן איז צו באַהאַנדלען אַ פּערזאָן שלעכטער ווי אַנדערע.

אַן אַרבעטגעבער דאַרף דיך נישט ווי אַן אָנגעשטעלטער דיסקרימינירן, דו וואָס זוכסט אַרבעט, דו וואָס פּראַקטיצירט. דו וואָס איז צו אַן אַרבעטפּלאַץ אויסגעדונגען אָדער אויסגעבאָרגט האָסט אויך אַ שיצט קעגן דיסקרימינירונג.

דו ביסט אויך געשיצט קעגן דיסקרימינירונג אויב דו גייסט צו אַן אַרבעטפֿאַרמיטלונג אָדער איב דו
נעמט טייל אין אַ קורס אין דער אַרבעטפֿארמיטלונג.

דו ביסט קעגן דיסקרימינירונג געשיצט, ווען דו האָסט קאָנטאַקט מיט אַ פֿאַכפֿאַרבאַנד אָדער אַן אַרבעטגעבער־אָרגאַניזאַציע. פֿאַכפֿאַרבענדער זענען למשל על־אָ, טע־צע־אָ און די אוניאָן. אַרבעטגעבער־אָרגאַניזאַציעס זענען למשל סווענסקט נערינגסליוו, סוועריגעס האָטעל־ און רעסטאָראַנ־אונטערנעמער און די קאָמונען און לאַנדסטינג פֿון שוועדן.

דו ביסט קעגן דיסקרימינירונג געשיצט אויב דו ווילסט אַן אייגענע פֿירמע גרינדען און זוכסט בייַשטייַער, ווען דו זוכסט למשל לעגיטימאַציע פֿאַר אַ פֿאַך און ווען דו האָסט קאָנטאַקט מיט דייַן אַרבעטלאָזיקאַסע.

דער דיסקרימינירונגס־אָמבודסמאַן (ד־אָ) זאָל קאָנטראָלירן אַז אַרבעטגעבער און אַנדערע פֿאָלגן דעם דיסקרימינירונגס־געזעץ.

דו קענסט אָנמעלדן צו דעם פֿאַך אָדער צו ד־אָ ווען דו מיינסט אַז דו ביסט געוואָרן דיסקרימינירט אין דער אַרבעט. אויב דו ביסט אַ  מיטגליד אין אַ פֿאַכפֿאַריין זאָלסטו  ערשטנס אָנמעלדן צו דעם פֿאַך.

דו קענסט דיסקרימינירונג אָנמעלדן אויב עס האָט שייַכותת מיט:

  • געשלעכט
  • געשלעכטס־איבערשפּרייַזנדיקע אידענטיטעט אָדער אויסדרוק
  • עטנישע געהעריקייט
  • רעליגיע אָדער אַן אַנדערן גלויבן
  • פֿאַרשעדיקטע פֿונקציעס
  • סעקסועלע אידענטיטעט
  • עלטער 

דו קעסט אויך דייַן אַרבעטגעבער אָנמעלדן אויב ער באַהאַנדלט דיך שלעכטער ווייַל דו ביסט, ביסט געווען אָדער ווערסט עלטרן־פֿרייַ זייַן.

ווער קען צו ד־אָ אָנמעלדן?

דו קענסט דיסקרימינירונג אָנמעלדן אויב דו ביסט אַן אָנגעשטעלטער, אויב דו זוכסט אַן אַרבעט אָדער ביסט אויף דער אַרבעטפּלאַץ אייַנגעדונגען. פּראַקטיקאַנטן אָדער פּראַאָ־תּלמידים קענען אויך דיסקרימינירונג אָנמעלדן. 

דו קענסט אויך דייַן אַרבעטגעבער אָנמעלדן אויב ער דיך שלעכטער באַהאַנדלט ווייַל דו ביסט, ביסט געווען אָדער ווערסט עלטערן־פֿרייַ.

דו וואָס איז אויפֿגעזאָגט געוואָרן קענסט אויך דיסקרימינירונג אָנמעלדן. אויפֿגעזאָגט צו ווערן מיינט אַז דו מוזט דייַן אַרבעט באַענדיקן.

דו ביסט קעגן דיסקרימינירונג באַשיצט

  • אוב דו גייסט צו אַן אַרבעט־פֿאַרמיטלונג אָדער אויב דו נעמט טייל אין אַ קורס אויף דער אַרבעט־ פֿאַרמיטלונג.
  • ווען דו האָסט קאָנטאַקט מיט אַ פֿאַכפֿאַרבאַנד אָדער אַן אַרבעטגעבער־אָרגאַניזאַציע.
  • ווען דו ווילסט אַן אייגענע אונטערנעמונג גרינדן און זוכסט בייַשטייַער.
  • ווען דו למשל זוכסט לעגיטימאַציע פֿאַר אַ פֿאַך.
  • ווען דו האָסט קאָנטאַקט מיט דייַן אַרבעטלאָזיקאַסע.

דיסקרימינירונג איז פֿאַרבאָטן אויב עס האָט שייַכות מיט:

  • געשלעכט
  • געשלעכטס־איבערשפּרייַזנדיקע אידענטיטעט אָדער אויסדרוק
  • עטנישע געהעריקייט
  • רעליגיע אָדער אַן אַנדערן גלויבן
  • פֿאַרשעדיקטע פֿונקציעס
  • סעקסועלע אידענטיטעט
  • עלטער

ואָס קען איך צו ד־אָ אָנמעלדן?


דיסקרימינירונג איז ווען אַן ארבעטגעבער דיך שלעכטער אַלץ אַנדערע  באַהאַנדלט, למשל ווייַל דו ביסט ביסעקסועל אָדער וועגן דייַן עטנישער געהעריקייט.

דיסקרימינירונג איז אויך אויב אַן אַרבעטגעבער דיך שיקאַנירט. צו שקאַנירן איז עמעצן שלעכט צו באַהאַנדלען, למשל דיך מיט אַ נאָמען רופֿן וואָס דו האָסט נישט ליב אָדער וויצלען זיך אין אַן אומאייַנגענעמען אופֿן.

אַלע וואָס זענען שעפֿן ווערן ווי אַרבעטגעבער גערעכנט.

דיסקרימינירונג קען אָפֿטמאָל שווער זייַן צו זען. אַ משל זענען כּללים וואָס דאַכט זיך גוט פֿאַר אַלעמען, אָבער וואָס מאַכט עס שלעכטער פֿאַר אַ גרופּ מענטשן, למשל  פֿאַר פֿרויען.

דו ביסט קעגן דיסקרימינירונג אויף דער אַרבעט באַשיצט. דו ביסט אויך געשיצט קעגן דיסקרימינירונג אין דעם אַרבעטלעבן למשל בייַ:

  • קאָנטאַקט מיט דער אַרבעטפֿאַרמיטלונג
  • מיטגלידשאַפֿט אין אָרגאַניזאַציעס, למשל אַרבעטגעבער־אָרגאַניזאַציעס אָדער  אַרבעטנעמער־   אָרגאַניזאַציעס
  • גרינדונג פֿון אַן אייגענער אונטערנעמונג, אַרבעט אין דער אייגענער אונטרנעמונג, צושטייַער
       ווען דו גרינדעסט אַן אייגענע אונטערנעמונג אָדער
  •  ווען דו קריגסט לעגיטימאַציע פֿאַר אַ פֿאַך

משלים פֿון דיסקרימינירונג אין דעם אַרבעטלעבן

משלים פֿון דיסקרימינירונג אין דעם אַרבעטלעבן וואָס דו קענסט צו דעם דיסקרימינירונגס־אָמבודסמאַן אָנמעלדן: 

  • דו קריגסט ווייניקער באַצאָלט ווי אַן אַרבעט־חבֿר. איר האָט די גלייַכע אַרבעט אָדער אונגעפֿער  די גלייַכע אַרבעט. דו גלויבסט אַז עס איז אָפּהענגיק פֿון דייַן געשלעכט.
  •  דו קומסט צו אַן אינטערוויו פֿאַר אַן אַרבעט. דו האָסט גוטע צייַגענישן, אָבער דו קריגסט די
       אַרבעט נישט. דו גלויבסט אַז עס איז פֿון דעם אָפּהענגיק אַז דער אַרבעטגעבער זעט אַז דו
       וואָס איז אַ מאַן ביסט געקומען צו דעם אינטרוויו אין ווייַבערשע קליידער.
  • דו האָסט גוטע צייַגענישן, אָבער ווערסט נישט דערלויבט קומען אויף אַן אינטערוויו. דו גלויבסט אַז
        דאָס איז דערפֿון אָפּהענגיק אַז דער אַרבעגעבער מיינט אַז דו האָסט אַן אויסלענדישן נאָמען.
  •  דייַן אַרבעטגעבער רופֿט דיך "פֿיאָלאַן"  אָדער "בעגען". ווען דו ווערסט באַליידיקט זאָגט דער 
       אַרבעטגעבער אַז עס איז נאָר אַ שפּאַס.
  • דו זוכסט אַ בעסערע אַרבעט אויף דייַן אַרבעטפּלאַץ, אָבער דו האָסט נישט געקראָגן די אַרבעט.
       דו גלויבסט אַז דאָס איז דערפֿון אָפּהענגיק אַז דער אַרבעטגעבער נישט האָט ליב אַז דו זיצט אין אַ
       רעדערשטול.
  •  דייַן אַרבעטגעבער זאָגט אַז דו ביסט געשייַט, אָבער דו ביסט "צו יונג" ווערן אַ שעף.
  • דו קריגסט נישט אַ בייַשטייַער אַן אונטערנעמונג צו גרינדן. דו גלויבס אַז דאָס איז דערפֿון
       אָפּהענגיק אַז דער וואָס זאָל געבן דאָס געלט, מיינט אַז דו ביסט צו אַלט.
  • דו האָסט דייַן פּראָביר-אָנשטעלונג באַענדיקט. דו גלויבסט אַז דאָס איז דערפֿון אָפּהענגיק אַז
       דו ביסט שוואַנגער געוואָרן.
  • דו קריגסט אַ פֿראַגע אויף אַן אַרבעט־אינטערוויו אויב דו האָסט איידס. דו גלויבסט אַז
       עס איז דערפֿון אָפּהענגיק אַז דער אַרבעטגעבער האָט פֿאָראורטלען קעגן אַפֿראָשוועדן.
  • דייַנע העטעראָסעקסועלע אַרבעט־חבֿרים קענען אירע ווייַבער און מענער אויף פּערזאָנאַל־
       שּימחות. מיטנעמען. דייַן פּאַרטנער ווערט נישט פֿאַרבעטן. דו גלויבסט אַז דער אַרבעטגעבער האָט
       נישט ליב אַז דו האָמאָסעקסועל ביסט.
  • דייַן אַרבעגעבער גיט דיר ווייניקער באַצאָלט ווי אַנדערע אָנגעשטעלטע. דו גלויבסט אַז עס איז
       פֿון דעם אָפּהענגיק אַז דו זעסט שלעכט.
  • דייַן אַרבעטגעבער זאָגט זאַכן וועגן סעקס. זי אָדער ער באַרירט אויך דייַן קערפּער, כאָטש דו
       ווילסט נישט.
  • אַן אַרבעטפֿאַרמיטלונג וויל דיר נישט העלפֿן צו קריגן אַן אַרבעט. דער אַרבעטפֿאַרמיטלער זאָגט אַז
       די אונטערנעמונגען ווילן נאָר פּערזאָנען אָנשטעלן, די זי מיינען זענען שוועדיש.

פאַרבאָטן צו באַשטראָפֿן

אויב דו האָסט געמאָלדן דייַן אַרבעטגעבער פֿאַר דיסקרימינירונג, דאַרף דער אַרבעטגעבער דיך נישט באַשטראָפֿן. צו באַשטראָפֿן קען למשל זייַן אַז דו קריגסט שלעכטערע אַרבעטאויפֿגאַבעס אָדער אַז דו מוזט אַרבעטן אַ סך איבערשטונדן.

אַן אַרבעטפֿאַרמיטלונג אָדער אַ פֿאַכפֿאַרבאַנד דאַרפֿן אויך נישט דיר באַשטראָפֿן אויב דו האָסט זיי 

אָנגעמאָלדן וועגן דיסקרימינירונג.

וואָס זענען שיקאַנען?

קיין מענטש זאָל אויף זייַן אַרבעטפּלאַץ שיקאַנירט ווערן. דו זאָלסט נישט פֿון דייַן אַרבעטגעבער אָדער פֿון אַנדערע אָנגעשטעלטע שיקאַנירט ווערן.

דו זאָלסט אויך נישט שיקאַנירט ווערן ווען דו למשל ביסט אויף דייַן אַרבעטפֿאַרמיטלונג אָדער ווען דו נעמסט קאָנטאַקט מיט דייַן פֿאַכפֿאַריין. 

צו שיקאַנירן איז עמעצן שלעכט צו באַהאַנדלען, למשל דיר רופֿן מיט אַ נאָמען וואָס דו האָסט נישט ליב אָדער צו וויצלען זיך אין אַן אומאייַנגענעמען אופֿן.

 שיקאַנען זענען פֿאַרבאָטן אין שייַכות מיט:

  • געשלעכט
  • געשלעכטס־איבערשפּרייַזנדיקע אידענטיטעט אָדער אויסדרוק
  • עטנישע געהעריקייט
  • רעליגיע אָדער אַן אַנדערן גלויבן
  • פֿאַרשעדיקטע פֿונקציעס
  • סעקסועלע אידענטיטעט
  • עלטער


שיקאַנען קענען זייַן ווען עמעצער רעדט וועגן מענטשן אין אַן אופֿן וואָס דו האָסט נישט ליב. למשל אַז פֿרויען אָדער האָמאָסעקסועלע אָדער ראָמען זענען אויף אַ באַזונערען אופֿן. 

 שיקאַנען קען אויך זייַן צו רופֿן עמעצן למשל "בלאַטע", "ציגענאַר־יעוועל", "לאַפּ־יעוועל", "מאָנגו", פֿיאָלאַ" אָדער "הוראַ". עס קען אויך זייַן אַז עמעצער האָט געצייַכנט אַ האַקנקרייַץ אויף דייַן שאַפֿע. שיקאַנען מאַכן אַז אַ פּערזאָן פֿילט זיך באַליידיקט, טרויעריק, געדראָט אָדער שלעכט באַהאַנדלט. עס איז פֿאַרשידן וואָס פֿאַרשידענע פּערזאָנען מיינען איז שיקאַנען. דו וואָס איז געוואָרן שיקאַנירט, באַשטימט אויב דו מיינסט אַז די ווערטער זענען באַליידיקדיק.

עס איז פֿאַרשידן וואָס פֿאַרשידענע פּערזאָנען מיינען איז שיקאַנען. דו וואָס איז געוואָרן שיקאַנירט, באַשטימט אויב דו מיינסט אַז די ווערטער זענען באַליידיקדיק.

עס איז אַלע מאָל דער אַרבעטגעבער וואָס האָט אַכרייַות צו פֿאַרהינדערן די שיקאַנען.

וואָס איז סעקסועלע שיקאַנען?

שיקאַנען קענען אויך סעקסועל זייַן. זיי ווערן דאַן סעקסועלע שיקאַנען גערופֿן. עס קען זייַן ווען עמעצער באַרירט דיך, כאָטש דעם וואָס דו עס נישט ווילסט אָדער ווען עמעצער זאָגט אַז ער אָדער זי וויל מיט דיר שלאָפֿן, כאָטש דעם וואָס דו עס נישט ווילסט. עס קען אויך עמעצער זייַן דער וויל דיר סעקסועלע בילדער צייַגן וואָס דו ווילסט נישט זען אָדער וויצלט זיך וועגן סעקס אין אַן אופֿן וואָס דו האָסט נישט ליב.

עס איז פֿאַרשידן וואָס פֿאַרשידענע מענטשן מיינען זענען סעקסועלע שיקאַנען. דו וואָס ווערסט סעקסועל שיקאַנירט וואָס באַשטימט אויב דער אַרבעטפּלאַץ פֿילט זיך זיכער.

זאָג ניין! 

דאָס געזעץ זאָגט אַז דער וואָס שיקאַנירט זאָל וויסן און פֿאַרשטיין אַז ער שיקאַנירט. דערפֿאַר מוזטו וואָס איז שיקאַנירט דערציילען פֿאַר דעם וואָס שיקאַנירט אַז ער אָדער זי מוז שלוס מאַכן מיט למשל סעקסועלע שיקאַנען.

דו קענסט מיט דער פּערזאָן וואָס דיך שיקאַנירט רעדן אָדער צו אים שרייַבן. דו קענסט אויך בעטן עמעצן דיר העלפֿן מיט דער פּערזאָן צו רעדן.

אָפֿטמאָל ווען עס איז ערנשטע שיקאַנען מוזטו נישט פּראָטעסטירן. דאַן זאָגט דאָס געזעץ אַז די פּערזאָן מוז וויסן אַז עס איז שיקאַנען.

שיקאַנען קענען דיסקרימינירונג זייַן

אויב אַן אַרבעטגעבער דיך שיקאַנירט זאָגט דאָס געזעץ אַז עס איז דיסקרימינירונג. עס איז אויך דיסקרימינירונג אויב דער אַרבעטגעבער זאָגט צו אַן אַנדערן דיך צו דיסקרימינירן. דאַן קענסטו דעם אַרבעטגעבער צו דעם פֿאַך אָדער צו דעם ד־אָ אָנמעלדן. אַרבעטגעבער איז אַ פּערזאָן וואָס איז שעף.

עס איז נישט דיסקרימינירונג אויב אַן אַנדערן אָנגעשטעלטן דיך שיקאַנירט. אָבער אַן אַרבעטגעבער וואָס קריגט צו וויסן אַז דו ווערסט אויף דער אַרבעטפּלאַץ שיקאַנירט מוז פּראָטעסטירן. עס איז דייַן אַרבעטגעבער וואָס האָט אַחרייַות אַז קיינער וועט נישט אויף דעם אַרבעטפּלאַץ שיקאַנירט.

עס איז דיסקרימינירונג ווען דו ווערסט שיקאַנירט פֿון עמעצן וואָס אַרבעט אין

  • אַן אַרבעטפֿאַרמיטלונג, אַ פֿאַכפֿאַרבאַנד אָדער אַן אַרבעטגעבער־אָרגאַניזאַציע
  • אַן אונטערנעמונג אָדער אָרגאַניזאַציע וואָס גיט צושטייַער פֿאַר גרינדן אונטערנעמונגען
  • די אינסטאַנץ וואָס גיט לעגיטימאַציע פֿאַר אַ פֿאַך אָדער אויב דו ווערסט שיקאַנירט פֿון דער
       אַרבעטלאָזיקאַסע.

דייַן אַרבעטגעבער מוז פֿאַרהינדערן 

דאָס געזעץ זאָגט אַז אַן אַרבעטגעבער מוז שיקאַנען אויף דער אַרבעטפּלאַץ פֿאַרהינדערן. צו פֿאַרהינדערן איז צו קאָנטראָלירן אַז עפּעס נישט געשעט אין צוקונפֿט.

דאָס געזעץ זאָגט אַז אַרבעטגעבער מיט 25 אָדער מער אָנגעשטעלטע מוזן אַ פּלאַן האָבן. אין דעם פּלאַן זאָל שטיין ווי זיי אַרבעטן קעגן סעקסועלע שיקאַנען און שיקאַנען וואָס האָבן שייַכות מיט געשלעכט, עטנישע געהעריקייט, רעליגיע אָדער אַנדערע גלויבנס.

אויב אַן אַרבעטגעבער הערט אָדער זעט אַז עמעצער פֿילט זיך אין דער אַרבעט שיקאַנירט, מוז דער אַרבעטגעבער אַרויספֿינדן וואָס איז געשען. אויב עס איז שיקאַנען מוז דער אַרבעטגעבער די שיקאַנען פֿאַרהינדערן.

אויב דייַן אַרבעטגעבער נישט עפּעס מאַכט, קענסטו דעם אַרבעטגעבער צו דיין פֿאַכפֿאַרבאַנד אָדער צו ד־אָ אָנמעלדן.

דו דאַרפֿסט נישט באַשטראָפֿט ווערן אויב דו אָנמעלדסט

אויב דו האָסט דייַן אַרבעטגעבער פֿאַר שיקאַנען אָנגעמעלדעט, דאַרפף דער אַרבעטגעבער דיר נישט באַשטראָפֿן.

צו באַשטראָפֿן קען למשל זייַן אַז דו קריגסט שלעכטערע אַרבעטאויפֿגאַבעס אָדער אַז דו מוזט אַ סך איבערשטונדן אַרבעטן.

אַן אַרבעטפֿאַריטלונג אָדער אַ פֿאַכפֿאַרבאַנד דאַרפֿן אויך נישט דיך באַשטראָפֿן אויב דו האָסט זיי פֿאַר שיקאַנען אָנמעלדן.

דו קענסט צו ד־אָ אָדער דייַן פֿאַכפֿאַרבאַנד אָנמעלדן אויב דייַן אַרבעטגעבער דיך באַשטראָפֿט. 

ווי מעלד איך אָן?

דו קענסט אָנמעלדן דייַן אַרבעטגעבער צו דעם דיסקרימינירונגס־אָמבודסמאַן (ד־אָ) אויב דו מיינסט אַז דו ביסט געוואָרן דיסקרימינירט. אויב דו ביסט אַ מיטגליד אין דעם פֿאַך, קענסטו צו זיי אָנמעלדן.

דו קענסט אויך אָנמעלדן צו ד־אָ אויב דו מיינסט אַז דו ביסט למשל פֿון דייַן אַרבעטלאָזיקאַסע אָדער דייַן אַרבעטפֿאַרמיטלונג דיסקרימינירט געוואָרן.

דו קענסט צו ד־אָ אָנמעלדן אויב דו מיינסט אַז דו ביסט געוואָן דיסקרימינירט אין שייַכות מיט:

  • געשלעכט
  • געשלעכטס־איבערשפּרייַזנדיקע אידענטיטעט אָדער אויסדרוק
  • עטנישע געהעריקייט
  • רעליגיע אָדער אַן אַנדערן גלויבן
  • פֿאַרשעדיקטע פֿונקציעס
  • סעקסועלע אידענטיטעט
  • עלטער

דו קענסט אויך אָנמעלדן אויב דייַן אַרבעטגעבער דיך שלעכטער באַהאַנדלט ווייַל דו ביסט, זאָל זייַן אָדער ביסט עלטערן־פֿרייַ געווען.

אויב אַן אַרבעטגעבער הערט אָדער זעט אַז עמעצער פֿילט זיך שיקאַנירט אויף דער אַרבעט, מוז דער אַרבעטגעבער אַרויספֿינדן וואָס איז געשען. אויב עס איז שיקאַנען מוז דער אַרבעגעבער די שיקאַנען פֿאַרהינדערן. אויב דייַן אַרבעטגעבער נישט עפּעס מאַכט קענסטו דייַן אַרבעטגעבער צו דייַן פֿאַכפֿאַרבאַנד אָדער צו ד־אָ אָנמעלדן.

דו וואָס האָסט אַ פֿאַרשעדיקטע פֿונקציע האָט מערסטנס אַ רעכט צו האָבן דעם אַרבעטפּלאַץ אָנגעפּאַסט, דערמיט אַז עס פּאַסט פֿאַר דיך גוט. עס קען האָבן צו טאָן מיט אָנפּאַסונג פֿון דער איינריכטונג פֿון די לאָקאַלן
און אויסריסטונג. אַ גרויסער אַרבעטפּלאַץ דאַרף מער מאַכן ווי אַ קלענערעם. קלינג אָן צו דייַן פֿאַך אָדער צו אונדז אויף ד־אָ צו דערהאַלטן מער אינפֿאָרמאַציע.

דאָס פֿאַרבאָט קעגן עלטער־דיסקרימינירונג גילט נישט אין דעם קאָנטאַקט מיט דער אַרבעטלאָזי־קאַסע.

אָט אַזוי מאַכסטו

דו קענסט נאָר מאַכן אַן אָנמעלדונג אויב דו אַליין מיינסט אַז דו ביסט געוואָרן דיסקרימינירט. דו זאָלסט שרייַבן דייַן אָנמעלדונג צו דעם דיסקרימינירונגס־אָמבודסאַן (ד־אָ).  עס איז אויך פֿאַרבאָטן דיך פֿאַר עפּעס אין דייַן פֿאַמיליע צו דיסקרימינירן. למשל אויב דייַן ברודער איז טראַנסוועסיט.

אין דער אָנמעלדונג זאָלסטו שרייַבן דייַן נאָמען, דייַן אַדרעס און דייַן טעלעפֿאָננומער. עס איז אויך גוט ווען דו שרייַבסט דייַן בליץ־פּאָסט־אַדרעס.

דו קענסט שרייַבן דעם נאָמען פֿון דעם וואָס דו אָנמעלדסט. עס קען למשל זייַן דעם נאָמען פֿון דעם אַרבעטגעבער, דעם נאָמען פֿון דער אַרבעטפֿאַרמיטלונג אָדער פֿאַכפֿאַרבאַנד. שרייַב אויך פֿאַרוואָס דו גלויבסט אַז דו ביסט געוואָרן דיסקרימינירט.

שרייַב אויך אויב דו גלויבט אַז  עס האָט צו טאָן מיט דייַן עטנישער געהעריקייט, דייַן געשלעכט אָדער דייַן עלטער.

שרייַב אַ בריוו צו ד־אָ אָדער  שרייַב אַ מעלדונגס־פֿאָרמולאַר. די פֿאָרמולאַרן זענען פֿאַראַן רעכטס אויף דער זייַט דאָ. דו קענסט אַרייַנשרייַבן דייַנע אויפֿגאַבעס דירעקט אין דעם פּע־דע־עף־דאָקומענט.

אויב דו ווילסט מאַכן אַן אָנמעלדונג זאָלסטו די אָנמעלדונג וואָס גיכער מאַכן. אַ טייל פֿון דעם וואָס פּאַסירט אויף דעם אַרבעטפּלאַץ ווערט זייער גיך פּרעסקריבירט. ווען אַ קאָמיסיע איז פּרעסקריבירט קען ד־אָ נישט מער מאַכן.

אויב דו ווילסט קענסטו דייַן אָנמעלדונג אויף דייַן אייגענער שפּראַך שרייַבן.

אַזוי מאַכן מיר ווען דייַן אָנמעלדונג איז געקומען צו ד־אָ

ווען דו האָסט אַן אָנמעלדונג צו ד־אָ געשיקט מאַכן מיר אַן אויספֿאָרשונג.

דאָס מיינט אַז מיר לייענען גענוי וואָס דו האָסט געשריבן און נעמען אין באַטראַכט וואָס איז געשען. דער וואָס דו האָסט אָנגעמאָלדן פֿאַר דיסקרימינירונג טאָר אויך דערציילן וואָס איז געשען.

אויב ד־אָ מיינט אַז דו ביסט דיסקרימינירט געוואָרן, פּרוּווט ד־אָ אַז איר ווערט דורך אַן אוסגלייַך מסכּים . אַן אוסגלייַך קען באַטייַטן אַז דו קריגסט אַן אַנטשולדיקונג אָדער געלט.

אויב דו און דער וואָס דו האָסט אָנגעמאָלדן נישט קענען מסכּים ווערן דורך אַן אויסגלייַך קען ד־אָ דעם פֿאַל צו דעם געריכט נעמען.

אַ געריכט איז אַן אינסטאַנץ וואָס באַשטימט אויב עפּעס איז קעגן דעם געזעץ.

פֿאַרבאָטן צו באַשטראָפֿן

אויב דו האָסט דייַן אַרבעטגעבער צו ד־אָ אָדער צו דעם פֿאַך געמאָלדן, דאַרף דער אַרבעטגעבער דיך נישט באַשטראָפֿן.

צו באַשטראָפֿן קען למשל זייַן אַז דו קריגסט שלעכטערע אַרבעטאויפֿגאַבעס אָבער דו מוזט אַ סך עקסטראַ אַרבעטן.

למשל אַן אַרבעטפֿאַרמיטלונג אָדער אַן אַרבעטלאָזיקאַסע דאַרפֿן דיך אויך נישט באַשטראָפֿן, אויב דו האָסט זיי צו ד־אָ אָנגעמאָלדן, למשל ניין זאָגן, ווען דו ווילסט האָבן העלף אַן אַרבעט צו זוכן.

עפֿטלעכער אַקט    

ד־אָ איז אַן אינסטאַנץ. אַלע האָבן די רעכט די אַקטן פֿון אינסטאַנצן צו לייענען. אַן אַקט איז למשל אַ בריוו צו דער אינסטאַנץ. בליץ־בריוו איז אויך אַן אַקט.

אָבער עס זענען פֿאַראַן אַקטן וועלכע זענען געהיימע. סעקרעטעס איז אַן אַנדער וואָרט פֿאַר געהיים. מען טאָר נישט אינפֿאָרמאַציע פֿון ד־אָ לייענען וואָס איז געהיים.

ברוך הבה נעמען קאָנטאַקט מיט ד־אָ ווען דו האָסט פֿראַגעס. דו קענסט מיט אַן אַדמיניסטראַטאָר רעדן אויב דו טראַכטסט ווי דייַן אָנמעלדונג צו שרייַבן.

דו קענסט אָנמעלדן דייַן אַרבעטגעבער צו דעם דיסקרימינירונגס־אָמבודסמאַן (ד־אָ) אויב דו מיינסט אַז דו