אַנדערע געביטן אין דער געזעלשאַפֿט (Andra samhällsområden)

דאָס דיסקרימינירונגס־געזעץ שיצט קעגן דיסקרימינירונג אין עטלעכע געביטן אין דער געזעלשאַפֿט. דו ביסט למשל געשיצט קעגן דיסקרימינירונג ווען דו קויפֿסט עפּעס אייַן אין אַ געשעפֿט, ווען דו דינגסט אַ דירה, ווען דו ביסט אין קראַנקנהויז און ווען דו קריגסט העלף פֿון דער קראַנקנקאַסע.

עמעצן צו דיסקרימינירן מיינט אַ פּערזאָן שלעכטער ווי אַנדערע צו באַהאַנדלען.

דער דיסקרימינירונגס־אָמבודסמאַן (ד־אָ) אַרבעט קעגן דיסקרימינירונג און קאָנטראָלירט אַז דאָס דיסקרימינירונגס־געזעץ ווערט געפֿאָלגט.

דו קענסט צו ד־אָ אָנמעלדן אויב דו מיינסט אַז דו ביסט געוואָרן דיסקרימינירט אין שייַכות מיט:

  • געשלעכט
  • געשלעכטס־איבערשפּרייַזנדיקע אידענטיטעט אָדער אויסדרוק
  • עטנישע געהעריקייט
  • רעליגיע אָדער אַן אַנדערן גלויבן
  • פֿאַרשעדיקטע פֿונקציעס
  • סעקסועלע אידענטיטעט

ווער קען אָנמעלדן?

דו קענסט דיסקרימינירונג אָנמעלדן ווען דו ביסט אַ קונה אָדער פּאַציענט בייַ למשל אַן אונטערנעמונג אָדער אַן אינסטאַנץ און די אָנגעשטעלטע באַהאַנדלען דיך שלעכטער ווי אַלע אַנדערע, ווייַל דו ביסט למשל ביסעקסועל אָדער ווייַל דו ביסט אין אַן  אַנדערן לאַנד ווי שועדן געבאָרן.

דו קענסט אויך אָנמעלדן אויב דו מיינסט אַז ד ו ביסט געוואָרן שיקאַנירט.

דיסקרימינירונג איז פֿאַרבאָטן אין שייַכות מיט:

  • געשלעכט
  • געשלעכטס־איבערשפּרייַזנדיקע אידענטיטעט אָדער אויסדרוק
  • עטנישע געהעריקייט
  • רעליגיע אָדער אַן אַנדערן גלויבן
  • פֿאַרשעדיקטע פֿונקציעס
  • סעקסועלע אידענטיטעט

ווען איז פֿאַרבאָטן צו דיסקרימינירן? 

עס איז פֿאַרבאָטן צו דיסקרימינירן למשל ביי:

  • קויף און פֿאַרקויף פֿון סחורה און דינסטן
  • באַגעגענישן פֿאַר אַלע, למשל מערק און קאָנצערטן
  • סאָסיאַלדינסט און טראַנספּאָרט־דינסט
  • די דינסטן פֿון דער קראַנקן־קאַסע
  • שטאַטלעכעם שטודיען־שטיץ
  • מיליטערדינסט

  דאָס באַטייַט אַז קיינער וואָס למשל אַרבעט אין שטאַט, קאָמונע אָדער לאַנדסטינג דאַרף קיינעם
   נישט שלעכט באַהאַנדלען.

דו קענסט למשל אָנמעלדן די קאָמונע, אַן אינסטאַנץ אָדער אַן אונטערנעמונג פֿאַר דיסקרימינירונג. דו קענסט אויך דאָס קראַנקנהויז אָדער קראַנקן־קאַסע אָנמעלדן. אָבער דו קענסט נישט אָנמעלדן צו ד־אָ אויב למשל דייַן שכן שיקאַנירט דיך. אויב אַ שכן שיקאַנירט דיך קענסטו עס צו דער פּאָליציי מעלדן.

וואָס קען איך מעלדן?

דיסקרימינירונג איז למשל ווען אַן אינסטאַנץ אָדער אַן אונטערנעמונג באַהאַנדלט דיך שלעכטער ווי אַן אַנדערן ווייַל דו ביסט למשל ביסעקסועל אדער וועגן דייַן עטנישער געהעריקייַט. ביסעקסועל איז אַ פּערזאָן וואָס קען זיך פֿאַרליבן אָדער זיך פֿילן אַטראַהירט אין אי פֿרויען אי מענער.

דו קענסט אויך אָנמעלדן צו ד־אָ אויב דו מיינסט אַז דו ביסט געוואָרן שיקאַנירט. שיקאַנירן איז עמעצן שלעכט צו באַהאַנדלן, למשל דיך רופֿן מיט אַ נאָמען וואָס דו האָסט נישט ליב אָדער וויצלעןזיך אין אַן אומאייַנגענעמען אופֿן.

עס איז אויך פֿאַרבאָטן פֿאַר אַ פּערזאָן אין למשל דעם סאָציאַל־דינסט איינעם אַנדערן צו בעטן דיך צו שיקאַנירן.

דיסקרימינירונג קען אָפֿטמאָל זייַן שווער צו זען. אַ משל איז כּללים וואָס דאַכט זיך גוט פֿאַר אַלע, אָבער וואָס למשל מאַכט עס שלעכטער פֿאַר פֿרויען.

משלים פֿון דיסקרימינירונג 

דאָ זענען משלים וואָס דו קענסט אָנמעלדן צו דעם דיסקרימינערינגס־אָמבודסמאַן:

  • דו דאַרפֿסט נישט אַ דירה דינגען פֿון אַ באַלעבאָס. דו גלויבסט אַז עס איז ווייַל דו ביסט ראָם.
  • דו ביסט שוואַנגער און עס טוט וויי אין רוקן
       דו קענסט נישט אַרבעטן, אָבער די קראַנקנקאַסע גיט דיר נישט קראַנקנגעלט.
  • אַ נאַכטקלוב זאָגט אַז דו דאַרפֿסט נישט אַרייַנקומען ווייַל דו ביסט אַ טראַנסוועסטיט.
  • דו ביסט האָמאָסעקסועל. דו דאַרפֿסט נישט אַרייַנקומען מיט דייַן פּאַרטנער. דאָס קראַנקנהויז
       מיינט אַז דו ביסט נישט קיין קורבֿ.
  • דו דאַרפֿסט נישט אַרייַנקומען אין אַ רעסטאָראַן. דו גלויבסט אַז עס איז ווייַל דו האָסט אַ
       סע־פּע־שאָדן.
  • דו ווערסט סעקסועל שיקאַנירט ווען דו מאַכסט דייַן מיליטערדינסט.
  • דו דאַפֿסט נישט קויפֿן אַ טרעניר־קאַרטע אין אַ דזשים ווייַל דו טראָגסט אַ קאָפּטוך.

פֿאַרבאָטן צו באַשטראָפֿן 

אויב דו האָסט אָנגעמאָלדן למשל אַן אינסטאַנץ אָדער אַן אונטערנעמונג פֿאַר דיסקרימינירונג, דאַרפֿן זיי נישט דיך דערפֿאַר באַשטראָפֿן.

צו באַשטראָפֿן קען זייַן אַז דו דאַרפֿסט נישט אַרייַנקומען אין דעם געשעפֿט אָדער אין דעם רעסטאָראַן וועלכע דו האָסט פֿאַר דיסקרימינירונג אָנגעמאָלדן.

צו באַשטראָפֿן קען אויך זייַן ווען דייַן באַלעבאָס שיקאַנירט דיך וועןדו האָסט אַן אָנמעלדונג געמאַכט אָדער אַז אַ קראַנקן־צענטראַל נישט וויל דיך אַנטקעגננעמען.
 
דו קענסט צו ד־אָ אָנמעלדן אויב דו ווערסט באַשטראָפֿט.

וואָס זענען שיקאַנען?

צו שיקאַנירן איז עמעצן שלעכט צו באַהאַנדלען, למשל דיר רופֿן מיט אַ נאָמען וואָס דו האָסט נישט ליב אָדער צו וויצלען זיך אין אַן אומאייַנגענעמען אופֿן.

 שיקאַנען זענען פֿאַרבאָטן אין שייַכות מיט:

  • געשלעכט
  • געשלעכטס־איבערשפּרייַזנדיקע אידענטיטעט אָדער אויסדרוק
  • עטנישע געהעריקייט
  • רעליגיע אָדער אַן אַנדערן גלויבן
  • פֿאַרשעדיקטע פֿונקציעס
  • סעקסועלע אידענטיטעט

שיקאַנען קענען זייַן ווען עמעצער רעדט וועגן מענטשן אין אַן אופֿן וואָס דו האָסט נישט ליב. למשל אַז פֿרויען אָדער האָמאָסעקסועלע אָדער ראָמען זענען אויף אַ באַזונדערען אופֿן. 

 שיקאַנען קען אויך זייַן צו רופֿן עמעצן למשל "בלאַטע", "ציגענאַר־יעוועל", "לאַפּ־יעוועל", "מאָנגו", פֿיאָלאַ" אָדער "הוראַ". עס קען אויך זייַן אַז עמעצער האָט געצייַכנט אַ האַקנקרייַץ אויף דייַן שאַפֿע. שיקאַנען מאַכן אַז אַ פּערזאָן פֿילט זיך באַליידיקט, טרויעריק, געדראָט אָדער שלעכט באַהאַנדלט. עס איז פֿאַרשידן וואָס פֿאַרשידענע פּערזאָנען מיינען איז שיקאַנען. דו וואָס איז געוואָרן שיקאַנירט, באַשטימסט אויב דו מיינסט אַז די ווערטער זענען באַליידיקנד.

וואָס זענען סעקסועלע שיקאַנען?

שיקאַנען קענען אויך סעקסועל זייַן. זיי ווערן דאַן סעקסועלע שיקאַנען גערופֿן. עס קען זייַן אַז עמעצער טאַפּט דיך אָן, כאָטש דו ווילסט נישט אָדער עמעצער זאָגט אַז זי אָדער ער וויל מיט דיר שלאָפֿן, כאָטש דו ווילסט נישט. עס קען אויך זייַן עמעצער וואָס וויל דיר סעקסועלע בילדער צייַגן וואָס דו ווילסט נישט זען אָדער וויצלט זיך וועגן סעקס אין אַן אופֿן וואָס דו האָסט נישט ליב.

עס איז פֿאַרשידן וואָס פֿאַרשידענע מענטשן מיינען זענען סעקסועלע שיקאַנען. דו וואָס איז געוואָרן סעקסועל שיקאַנירט באַשטימסט אויב די שולע אָדער אויסבילדונג פֿילט זיך אונזיכער.

זאָג ניין! 

עס איז וויכטיק אַז דו דערציילסט צו דעם וואָס שיקאַנירט דיך  אַז דו האָסט נישט ליב וואָס ער מאַכט אָדער זאָגט. עס איז אויך וויכטיק אַז דו זאָגסט אַז דו ווילסט אַז זי אָדער ער זאָל דערמיט אויפֿהערן דיך צו שיקאַנירן. דו קענסט אויך בעטן אַן אַנדערן אום העלף רעדן מיט דער פּערזאָן.

אָפֿטמאָל ווען עס איז ערנצטע שיקאַנען מוזטו נישט פּראָטעסטירן. דאַן זאָגט דאָס געזעץ אַז די פּערזאָן מוז וויסן אַז עס איז שיקאַנען.

פֿאַרבאָטן צו באַשטראָפֿן 

אויב דו האָסט למשל אָנגעמאָלדן אַ געשעפֿט פֿאַר שיקאַנען דאַרפֿן זיי דיך נישט באַשטאָפֿן. צו באַשטראָפֿן קען למשל זייַן אַז דו דאַרפֿסט נישט מער דאָרטן האַנדלען.

דו קענסט צו ד־אָ אָנמעלדן אויב דו ווערסט באַשראָפֿט ווען דו האָסט אָנגעמאָלדן.

ווי מעלד איך אָן?

דו קענסט אָנמעלדן צו דעם דיסקרימינירונגס־אָמבודסמאַן (ד־אָ) אויב דו מיינסט אַז דו ביסט געוואָרן דיסקרימינירט אין שייַכות מיט:

  • געשלעכט
  • געשלעכטס־איבערשפּרייַזנדיקע אידענטיטעט אָדער אויסדרוק
  • עטנישע געהעריקייט
  • רעליגיע אָדער אַן אַנדערן גלויבן
  • פֿאַרשעדיקטע פֿונקציעס
  • סעקסועלע אידענטיטעט

דו קענסט למשל אָנמעלדן די קאָמונע, אַן אינסטאַנץ אָדער אַן אונטערנעמונג פֿאַר דיסקרימינירונג. דו קענסט אויך אָנמעלדן דאָס קראַנקנהויז אָדער די קראַנקנקאַסע. אָבער דו קענסט נישט אָנמעלדן צו ד־אָ אויב למשל דייַן שכן שיקאַנירט דיך. אויב אַ שכן שיקאַנירט דיך קענסטו עס צו דער פּאָליציי אָנמעלדן.

אַזוי מאַכסטו 

  דו קענסט נאָר מאַכן אַן אָנמעלדונג אויב דו אַליין מיינסט אַז דו ביסט געוואָרן דיסקרימינירט. אויב דו ביסט ווייניקער ווי 18 יאָר מוזן דייַנע עלטערן אָדער פֿירזאָרגער אַקצעפּטירן אַז ד־אָ גייט צו דעם געריכט.

עס איז אויך אין דעם געזעץ פֿאַרבאָטן דיך צו דיסקרימינירן פֿאַר עמעצן אין דייַן פֿאַמיליע. למשל אויב עמעצער שיקאַנירט אָדער דיסקרימינירט דיך ווייַל דייַנע עלטערן זענען האָמאָסעקועל.

שרייַב דייַן אָנמעלדונג צו דעם דיסקרימינירונגס־אָמבודסמאַן (ד־אָ). שרייַב אַ בריוו צו ד־אָ אָדער דערגאַנץ אַן אָנמעלדונגס־פֿאָרמולאַר. דאָס פֿאָרמולאַר איז פֿאַראַן רעכטס אויף דער זייַט. דו קענסט דייַנע אויפֿגאַבעס דירעקט אין דעם פּע־דע־עף־דאָקומענט דערגאַנצן.

אין דער אָנמעלדונג זאָלסטו שרייַבן דייַן נאָמען, דייַן אַדרעס און דייַן טעלעפֿאָנ־נומער. עס איז גוט אויב דו אויך שרייַבסט דייַן בליצבריוו־אַדרעס.

דו זאָלסט אויך שרייַבן דעם נאָמען פֿון דער אונטערנעמונג אָדער דער אינסטאַנץ וואָס דו אָנמעלדסט. שרייַב פֿאַרוואָס דו גלויבסט אַז דו ביסט דיסקרימינירט געוואָרן. שרייַב פֿאַרוואָס דו גלויבסט אַז עס האָט שייַכות מיט למשל פֿאַרשעדיקטע פֿונקציעס, עטנישע געהעריקייט אָדער רעליגיע.

אויב דו ווילסט מאַכן אַן אָנמעלדונג איז עס גוט ווען דו אָנמעלדסט נאָר וואָס גיכער.

אָט אַזוי מאַכן מיר ווען די אָנמעלדונג קומט צו ד־אָ

ווען דו שיקסט אַן אָנמעלדונג צו ד־אָ, מאַכן מיר אַן אויספֿאָרשונג. דאָס באַטייַט אַז מיר לייענען גענוי וואָס דו האָסט געשריבן און פֿינדן אויס וואָס איז געשען. דער וואָס דו האָסט אָנגעמאָלדן פֿאַר דיסקרימיערונג אָדער שיקאַנען דאַרף אויך דערציילן וואָס איז געשען.

אויב די אויספֿאָרשונג צייַגט אַז דו ביסט געוואָרן דיסקרימינירט פּרוּווט ד־אָ מאַכן אַז איר ווערט מסכּים דורך אַן אויסגלייַך.

אויב ד־אָ מיינט אַז דו ביסט געוואָרן דיסקרימינירט פּרוּווט ד־אָ מאַכן אַז איר ווערט מסכּים דורך אַן אויסגלייַך. אויסגלייַך מיינט אַז דער וואָס האָט דיסקרימינירט למשל בעט דיך אום אַנטשולדיקונג אָדער באַצאָלט דיר געלט.

אויב דו און דער וואָס דו האָסט אָנגעמאָלדן נישט ווערן מסכּים דורך אַן אויסגלייַך קען ד־אָ נעמען דעם פֿאַל צו געריכט.

אַ געריכט איז אַן אינסטאַנץ וואָס באַשטימט אויב עפּעס איז אונרעכט.

פֿאַרבאָטן צו באַשטראָפֿן 

אויב דו האָסט למשל אָנגעמאָלדן אַ געשעפֿט אָדער אַן אונטערנעמונג פֿאַר דיסקרימינירונג דאַרפֿן זיי דיך נישט באַשטראָפֿן דערפֿאַר וואָס דו האָסט זיי אָנגעמאָלדן.

דו קענסט אָנמעלדן צו ד־אָ אויב זיי דיך באַשטראָפֿן ווייַל דו האָסט אַן אָנמעלדונג געמאַכט.

עפֿנטלעכער אַקט 

ד־אָ איז אַן אינסטאַנץ. אַלע האָבן די רעכט די אַקטן פֿון די אינסטאַנצן צו לייענען. אַן אַקט איז למשל אַ בריוו צו דער אינסטאַנץ. אויך בליצבריוו איז אַן אַקט.

אָבער עס זענען פֿאַראַן אַקטן וואָס זענען געהיים. סעקרעטעס איז אַן אַנדער וואָרט פֿאַר געהיים. מען טאָר נישט לייענען אינפֿאָרמאַציע פֿון ד־אָ וואָס איז געהיים.

ברוך הבה צו נעמען קאָנטאַקט מיט ד־אָ אויב דו האָסט פֿראַגעס. דו קענסט רעדן מיט אַן אַדמיניסטראַטאָר אויב דו ווילסט וויסן ווי אַן אָנמעלדונג צו שרייַבן.

זע רעכטס אויף דער זייַט דאָ ווי צו קריגן קאָנטאַקט מיט אַן אַדמיניסטראַטאָר.