ייִדיש (Jiddisch)

דיסקרימינירט?

דאָס דיסקרימינירונגס־געזעץ איז אַ געזעץ וואָס שיצט דיך קעגן דיסקרימינירונג. צו דיסקרימינירן איז ווען למשל אַן אַרבעטגעבער באַהאַנדלט אַ פּערזאָן שלעכטער ווי אַנדערע.

דו קענסט דיסקרימינירונג אָנמעלדן אויב עס האָט שייַכות מיט:

  • געשלעכט
  • געשלעכטס־איבערשפּרייַזנדיקע אידענטיטעט אָדער אויסדרוק
  • עטנישע געהעריקייט
  • רעליגיע אָדער אַן אַנדערן גלויבן
  • פֿאַרשעדיקטע פֿונקציעס
  • סעקסועלע אידענטיטעט
  • עלטער

דאָס געזעץ שיצט דיך קעגן דיסקרימינירונג למשל אין דער אַרבעט, אין דער שולע, אין דער הויכשולע, אין דעם געשעפֿט און ווען דו קויפֿסט אַ דירה אָדער דינגסט אַ דירה.

דאָס געזעץ שיצט דיך אויך קעגן דיסקרימינירונג אין אַנדערע געביטן, למשל אין דעם פֿירזאָרגצענטראַל, אין קראַנקנהויז און אין דעם סאָציאַלן דינסט.

דו קענסט אָנמעלדן צו דעם דיסקרימינירונגס־אָמבודסמאַן (ד־אָ) אויב דו גלויבסט אַז דו ביסט דיסקרימינירט געוואָרן. עס איז אומזיסט צו ד־אָ צו מעלדן.

דו קענסט אויך אָנמעלדן אויב דו ווערסט שלעכטער באַהאַנדלט פֿאַר דעם וואָס דו ביסט, זאָל זייַן אָדער בין געווען עלטערן־פֿרייַ.